"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 11 זייט 3                       אַפּריל  2003                         ניסן, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אין װאַרשעװער געטאָ איז חודש ניסן 

פֿון בינעם העלער

אין װאַרשעװער געטאָ איז איצט חודש ניסן.י 

אױף כּוסות פֿון באָרשט און אױף מצות פֿון קלײַען 

דערצײלט מען אױף ס'נײַ די אַמאָליקע נסים, 

װי ס'ייִדישע פֿאָלק איז אַרױס פֿון מצרים.י 

װי אַלט איז די מעשׂה, װי אַלט איז דער ניגון!י 

נאָר איצט בײַ פֿאַרהאָנגענע פֿענצטער דער סדר 

גײט אָן, און צעמישט װערט דער אמת און ליגן, 

אַז שװער איז זײ בײדע פֿונאַנדערצושײַדן.י 

כּל-דכפֿין בײַ פֿענצטער פֿאַרשטעלטע און טירן, 

כּל-דכפֿין און - ס'שרײַען פֿון הונגער די קינדער, 

כּל-דכפֿין בײַ לײדיקע פּסח-מכשירים, 

כּל-דכפֿין און - ס'כליפּען די זקנים די בלינדע.י 

*

אין װאַרשעװער געטאָ איז איצט חודש ניסן.י 

מײַן מאַמע טוט אָן אױף איר פּנים דעם שמײכל. 

די ליפּן װאָס זײַנען פֿון הונגער פֿאַרביסן, 

פֿון יום-טובֿ זײ װערן איצט מילדער און װײכער, 

די אױגן בײַ איר הײבן װידער אָן שײַנען, 

אַזױ װי אַמאָל, אין פֿאַרגאַנגענע יאָרן.י 

און ס'שױמען אין זײ אױף די ראָזשינקע-װײַנען 

פֿון יענע פֿאַרגאַנגענע, װײַסע סדרים. 

נאָר פּלוצלינג װאַקסט אָן אין זײ גרױליקער חידוש, 

מיט שטױנונג צעשטרעקט זי די הענט אירע פֿרומע: 

אַנשטאָט אָנצוהײבן דעם סדר מיט קידוש - 

די זין הײבן אָן שפֿוך-חמתך צו ברומען...י 

**

אין װאַרשעװער געטאָ איז יצט חודש ניסן 

און פֿול שטײט דער כּוס אליהו הנבֿיאס.י 

נאָר װער האָט דעם סדר דאָ איבערגעריסן?י 

געקומען איז טרינקען דער מלאך-המוּות...י 

װי שטענדיק -די דײַטשישע שפּראַך פֿון מושטירן, 

װי שטענדיק - די שפּראַך פֿון באַפֿעלערס געניטע, 

װי שטענדיק - זײ זײַנען געקומען דאָ פֿירן 

אַ טײל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק צו דער שחיטה...י 

נאָר נײן, ס'װעט די געטאָ ניט הערן מער ס'זידלען 

פֿון נאַציס װאָס פֿירן אָפּ ייִדן געהעצטע.י 

מיט בלוט װעט מען װידער באַשמירן די שטידלען - 

מיט בלוט פֿון די פֿרײַע, מיט בלוט פֿון די לעצטע.י 

***

אין װאַרשעװער געטאָ איז איצט חודש ניסן. 

פֿון שכן צו שכן װערט איבערגעגעבן: 

דאָס דײַטשישע בלוט זאָל ניט אױפֿהערן גיסן, 

כּל-זמן ס'װעט אַ ייִד אין געטאָ נאָך לעבן!י 

פֿאַר זײ זאָל אין אױגן ניט זײַן קײן הכנעה, 

פֿאַר זײ זאָל אין אױגן ניט זײַן קײן טרערן, 

נאָר שׂינאה און שױם פֿון דער װילדער הנאה 

פֿון שטײן זײ אַנטקעגן, פֿון קענען זיך װערי!י 

אָט הער, װי עס הילכן אין חצות אָפּ די שאָסן, 

אָט הער, װי דער טױט גײט אױף בלוטיקע שפּורן, 

אָט הער, די געשיכטע װערט איצטער פֿאַרשלאָסן 

מיט העלדישן אומקום פֿון ליל-השימורים...י

 ****

ייִדן גײען פֿון מצרים

פֿון ה לײװיק 

(קװעטשט דאָס בילד)

ייִדן גײען דורכן מדבר סײַ אין חלום, סײַ אין װאָר,י 

ייִדן גײען דורכן מדבר שױן אַזױ דרײַ טױזנט יאָר.י 

ייִדן גײען פֿון מצרים, און אױך איך - איך גײ מיט זײ,י 

שױן יאָרן לאַנג װי כ'גײ מיט זײ,י 

מיט די שבֿטים אין אײן רײ.י 

ייִדן גײען פֿון מצרים - אַזאַ פֿרײד צו גײן מיט זײ,י 

ייִדן שפּאַנען טאָג און נאַכט און אַ פֿײַער זײ באַװאַכט,י  

ייִדן שפּאַנען דורכן מדבר און אַ פֿײַער זײ באַװאַכט.י

איך בין אַ קלײנער מצה 

פֿון רײזעלע זילבערמאַן 

(קװעטשט דאָס בילד)

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס רעדט אַ שײנעם ייִדיש,י 

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס זאָגט דעם פּסח קידוש,י 

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס גײט צום פּסח סדר,י 

(קװעטשט דאָס בילד)

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס איז געקױפֿט בײַ דײַן זײדע.י   

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס זיצט אונטער דעם מצה דעקל,י 

איך בין אַ קלײנע מצה און איך בין נישט קײן זעקל,י 

(קװעטשט דאָס בילד)

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס דער טאַטע באַהאַלט,י 

איך בין אַ קלײנע מצה און איך בין נישט זײער אַלט.י  

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס װערט געגעסן נאָך דעם סדר,י 

(קװעטשט דאָס בילד)

איך בין אַ קלײנע מצה װאָס טראָגט נישט קײן זײגער,י 

איך בין אַ קלײנע מצה מען קען מיך באַהאַלטן אין קױמען,י 

איך בין אַ קלײנע מצה און איך בין דער אַפֿיקומן!י

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זײַט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון  פֿעברואַר-מערץ   2003
די יונגע גװאַרדיע פֿון יאַנואַר 2003
די יונגע גװאַרדיע פֿון דעצעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון נאָװעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון סעפּטעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"