"די יונגע גװאַרדיע"
נומער 4, זייט 1 אױגוסטִ 2002 אַב-אַלול, תשס"ב
|
"לערנען ייִדיש איז װיכטיק" פֿון קאַרמען דאַפֿנער די ייִדישע שפּראַך נעמט אַרײַן אַ סך געשיכטע און קולטור. ס'איז אַ שפּראַך װאָס לערנט אונדז אַ סך װעגן די ייִדן און אונדזער פֿאַרגאַנגענהײט. אָבער עס איז קלאָר אַז די מערהײט פֿון דעם דריטן דור פֿון די אימיגראַנטן פֿון אײַראָפּע קען נישט קײן ייִדיש און שאַצט ניט אָפּ די װיכטיקײט פֿון דער ייִדישער שפּראַך.י כּדי ייִדיש זאָל אױפֿהאַלטן מוזן מיר געפֿינען װעגן צו עפֿענען זײערע אױגן צו דער שײַנקײט פֿון ייִדיש און װערטפֿולע אַוצרות װאָס די שפּראַך פֿאַרמאָגט. עס איז אױך װיכטיק נישט גרינגשעצן און אָפּלאַכן פֿון ייִדיש װי מען טוט אױף געװיסע פֿילמען און טעלעװיזיִע פּראָגראַמען װי אױף דער י"נעני" צום בײַשפּיל. נאָר צו איבערגעבן די שײנקײט און כּבוד פֿון דער שפּראַך און קולטור, און צו פֿאַרבינדן דעם נעכטן מיטן הײַנט, עס זאָל אונדז לערנען דורך איר רײַכע ליטעראַטור װעגן ייִדישקײט און מענטשלעכקײט.י אין אַ צײַט װען אַלץ ענדערט זיך און מיר טױשן די טעכנאָלאָגיע זײער שנעל, טאָר מען נישט פֿאַרגעסן אונדזערע געשיכטע, שפּראַך, קולטור און אײביקע װערטן.י
|
! ברוך-הבא ! שלום עליכם זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם 10-טן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ישובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן "די יונגע גװאַרדיִע" מעלבורן, אױסטראַליִע |
|