"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 15 זײַט 1                     אױגוסט   2003                                      אב, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

פּראָטעסט קעגן חורבן פֿאַרלײקענערס  פֿילם

פֿון פֿײגי זילבערמאַן

דעם 11טן יולי 2003 האָט אַ גרופּע סקיפֿיסטן מיט אַנדערע ייִדישע סטודענטן אין מעלבורן, פּראָטעסטירט קעגן דעם חורבן פֿאַרלײקענערס דוד ירװינגס נײער פֿילם. דער פֿילם הײסט י"דאָס זוכעניש פֿון אמת אין דער געשיכטע" און עס איז אַ פֿילם װאָס טענהט אַז דער חורבן איז נישט געשען, אַזױ װי די װאָס זענען געװען דאָרט זאָגן.י 

ירװינג זאָגט אַז עס זײַנען נישט געװען קײן קרעמאַטאָריומס און נאָר אַ פּאָר הונדערט טױזנט ייִדן זענען געשטאָרבן. דער מעלבורנער פֿילם פֿעסטיװאַל פֿון אונטערערדישע פֿילמען האָט געװאָלט װײַזן דעם פֿילם, אָבער נאָך די פּראָטעסטן פֿון ייִדישע, קריסטלעכע און אַפֿילו פּאַלעסטינעזע גרופּעס, האָבן זײ באַשלאָסן נישט צו װײַזן דעם פֿילם.י 

אַ גרױסער עולם ייִדן, קריסטן, און פּאַלעסטינעזער זענען געגאַנגען צום קינאָ און האָבן אָפּגעהאַלטן אַ חורבן אָנדענק פֿאַר דער געבײַדע. מען האָט געצינדן זעקס ליכט, עס האָבן גערעדט סטודענטן און לעבנסגעבליבענע און מען האָט געװיזן פֿאָטאָס פֿון צײַט פֿון חורבן און פֿון ייִדיש לעבן הײַנטצוטאָג אין אױסטראַליע.י 

עס איז װיכטיק אַז עס זאָל זײַן פֿרײַהײט פֿון װאָרט און אױסדרוק, אָבער װען אַזאַ גרױסער ליגן קעגן אונדזער פֿאָלק און אַ באַלײַדיקונג פֿון אונדזערע 6 מיליִאָן קדושים װערט פֿאַרשפּרײט, דאַרפֿן מיר נוצן אונדזערע דעמאָקראַטישע רעכט צו פּראָטעסטירן קעגן דעם ליגן.י

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(קװעטשט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

***

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

****

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"