נומער 15 זײַט 2 אױגוסט 2003 אב, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
יוסף-בײַם דוד המלך שול! פֿון רײזעלע זילבערמאַן דעם 16טן און 17טן יולי 2003, בײַם סאַנט מאַרטינס טעאַטער, האָט די דוד המלך שול פֿאָרגעשטעלט דעם קאָנצערט יוסף און זײַן װוּנדערלעכער טעכנאָקאָלירטער מאַנטל. דער בעסטער שױשפּילער איז געװען שמוען פֿינקעלשטײַן. ער איז געװען אײנער פֿון די ברידער, רובן, דער פֿראַנצײַזישער ברודער. ער האָט אַ זײער גוטע שטים און ער איז אַ זײער גוטער אַקטיאָר
די אַנדערע אַקטיאָרן האָבן אױך גוט אױסגעפֿירט זײערע ראָלעס. עס איז געװען זײער אינטערעסאַנט און זײער פֿאַרװײַלעריש. רעבעקאַ אַדקינס האָט עס גאָר גוט רעזשיסירט, און עס איז געװען לעבעדיק, פֿרײלעך און קאָלירפֿול. מזל-טוב צו די שילערס, לערערס און לערערינס װאָס האָבן געהאָלפֿן אױפֿפֿירן דעם קאָנצערט. יעדער אײנער האָט װאַרעם אַפּלאָדירט די שול שפּיל. עס איז געװען אַ שײנע און גוטע פֿאָרשטעלונג .י |
ס.ק.י.פֿ'ס װינטער לאַגער
פֿון דבורה זילבערמאַן
ס.ק.י.פֿ'ס װינטער לאַגער איז געװען אין קאָסטאַל פֿאָרעסט לאָדזש אין לאָרן 60 קילאָמעטער פֿון מעלבורן. מיר האָבן געהאַט אַקטיװיטעטן און סקױטן-שפּילן, און דאָס עסן איז געװען זײער געשמאַק. די עלטסטע לאַגעריסטן האָבן געהאַלטן שמועסן און אַקטיװיטעטן װעגן היסטאָרישע און הײַנטיקע געשעענישן. די יונגערע סקיפֿיסטן האָבן אױך געהאַט אַקטיװיטעטן װעגן היסטאָרישע און הײַנטיקע ענינים. די סקױטן-שפּילן זײַנען געװען זײער גוט, און געהאַט פּאָליטישע און אַנדערע טעמעס. די צימערן זײַנען געװען קאַלט אָבער באַקװעם. עס זענען אױך געװען װעראַנדאַס װוּ מיר זענען געזעסן און גערעדט. די קעכנס האָבן געמאַכט געשמאַק עסן און מיר האָבן געהאַט אַ גוטן אַפּעטיט, אָבער עס איס נישט געװען אַזױ געשמאַק װי דאָס עסן װאָס אונדזערע מאַמעס און טאַטעס מאַכן אין דער הײם. די עלטסטע סקיפֿיסטן האָבן פֿאַרברענגט זעקס טעג אױפֿן לאַגער און די יונגערע פֿיר טעג. מיר האָבן געזונגען אַ סך לידער נאָך אַלע מאָלצײַטן און מיר זײַנען געװען זײער פֿרײלעך, אָבער מיר זײַנען געװען זײער מיד בײַם סוף פֿון לאַגער. דער לאַגער איז געװען װוּנדערבאַר און מיר װאַרטן שױן צו פֿאָרן אױפֿן פֿרילינג לאַגער. ס - איז פֿאַר סקױטן-שפּיל. ק - איז פֿאַר קלובן. י - איז פֿאַר אינטערעסאַנט. פֿ - איז פֿאַר פֿאַלק. ל - איז פֿאַר ליבע. אַ - איז פֿאַר אַלע קינדער. ג - איז פֿאַר גוטע אַקטיװיטעטן. ע - איז פֿאַר עפּל. טראַכט ייִדיש, עסט עפּעלעך. ר - איז פֿאַר רעדן ייִדיש *** |
|