"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 15 זײַט 6                     אױגוסט   2003                                      אב, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

בריװ אין רעדאַקציע

שולם 

קודם-כּל, עס איז טאַקע אַ שײנע מתּנה פֿאַר מיר, צו באַקומען פֿון דער יונגער גװאַרדיע אַ בריװ. איך הײס עלינאַ טולפּער, און איך בין 19 יאָר אַלט. איך װױן אין רוסלאַנד, 80 קמ פֿון אוקרײַנע, אָבער איך פֿאָר אײן מאָל אין דער װאָך קײן כאַרקאָװ, אין אוקרײַנע איבער דער גרענעץ, כּדי צו לערנען די ייִדישע שפּראַך, װײַל בײַ אונדז אין שטאָט איז ניט פֿאַראַן קײן ייִדיש-סטודיִעס. אין כאַרקאָװ זײַנען פֿאַראַן די לימודים, װוּ ס'לערנען זיך 10 תּלמידים. דער דאָזיקער ייִדיש-קרײַז עגזיסטירט שױן אַ יאָר און מיר זײַנען געװען שױן אין פּױלן פֿון 1טן ביזן 23טן יולי 2003, װוּ ס'איז פֿאָרגעקומען אַ 14 טעגיקער סעמינאַר געװידמעט ייִדיש און ייִדישקײט. דאָרטן זײַנען געװען פֿאַרשידענע קענער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון ישראַל, אַמעריקע, פֿראַנקרײך, רוסלאַנד און עסטרײַך. איך האָב דאָרטן פֿאַרשטאַנען, אַז די קולטור פֿון ייִדיש לשון לעבט און האָט אַ טענדענץ ניט צו שטאַרבן, אָבער װײַטער אַנטװיקלען זיך. איך שטודיר אין דעם אוניװערסיטעט דײַטשיש, ענגליש און פֿאַרנעם זיך מיט דער װיסנשאַפֿטלעכער אַרבעט, װעלכע איז פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. פֿאַר מיר איז ייִדיש ניט קײן האָבי, פֿאַרװײַלונג, נאָר טאָגטעגלעך לעבן. איך װאָלט געװאָלט װיסן, װאָס פֿאַר אַ ייִדיש-קרײַז איר האָט אין אױסטראַליע, מעלבורן? איך גלױב, אַז אײנעם אַ שײנעם טאָג װעט מען רעדן אױף ייִדיש װי 100-200 יאָר צוריק. און איך האָף, אַז מיר, אוקראַיִנע יוגנט און די יונגע גװאַרדיִע פֿון אױסטראַליִע, װעלן קענען װײַטער צוזאַמען זיך איבערשרײַבן, שמועסן, העלפֿן, אַרבעטן און לערנען ייִדיש.

 זײַט געזונט 

עלינאַ טולפּער. 

בריװ פֿון רעדאַקציע

טײַערע עלינאַ 

אַ שײַנעם דאַנק פֿאַר אײַער װאַרעמען און אינטערעסאַנטן ענטפֿער אױף אונדזערן בריװ. מיר זענען אַ קרײַז פֿון יונגע ליבהאָבער פֿון ייִדיש און שילער פֿון דער שולם-עליכם ייִדישער שול און די ס.ק.י.פֿי יוגנט אָרגאַניזאַציע אין מעלבורן. דאָס איז אַ קרײַז פֿון אַרום 100 יוגנטלעכע. אין מעלבורן זענען פֿאַראַן אפֿשר 2000 ייִדן װאָס רעדן ייִדיש. מיר װאָלטן זײער געװאָלט האַלטן אַ קאָנטאַקט מיט אײער קרײַז פֿון אוקרײַנע און זיך איבערשרײבן, און אױך צו באַקומען אַרטיקלען און פּאָעמעס פֿאַר דער יונגער גרװאַריע. שיקט אַ האַרציקן גרוס אײערע פֿרײַנט און אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש דאָרט.

 זײַט געזונט און מצליח 

די רעדאַקטאָרן פֿון "די יונגע גװאַרדיע"י

װילט איר װערן אַ פּען-פֿרײַנד? שרײַבט אונדז אַ בליצבריװ מיט אײַער נאָמען און עמײַל אָדער הײם אַדרעס און מיר װעלן עס אַרױפֿזעצן אױף דעם װעב בלאַט און אַפֿשר װעט עמעצער אײַך ענטפֿערן. זאָל זײַן מיט מזל!י 

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"