"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 15 זײַט 3                     אױגוסט   2003                                      אב, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

אַברהם סוצקעװער איז געװאָרן 90 יאָר יונג

(קװעטשט דאָס בילד)

אַברהם סוצקעװער איז אַנערקענט װי דער גרעסטער ייִדישער פּאָעט הײַנטצוטאָג, און אײַנע פֿון די גרעסטע ייִדישע פּאָעטן פֿון אַלע צײַטן. אין יוני איז ער געװאָרן 90 יאָר יונג. מיר די יונגע ייִדישע שילער פֿון "די יונגע גװאַרדיִע" װינטשן אים ביז 120 און דאַנקען אים פֿאַר זײַן אומפֿאַרגעסלעכע שאַפֿונגען און פֿאַר באַרײַכערן די ייִדישע דיכטונג און שפּראַך. מיר האָבן געלערנט װעגן סוצקעװערס אינטערעסאַנטע לעבנס געשיכטע און װעגן זײַנע שאַפֿונגען, און מיר האָבן שטודירט צװײַ פֿון זײַנע באַקאַנטסטע לידער פֿון דער חורבן תכּופֿה, "אונטער דײַנע װײַסע שטערן" און "די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ", און מיר דרוקן דאָ איבער דאָס ליד:-י 

(קװעטשט דאָס בילד)

ידי בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ 

פֿון אבֿרהם סוצקעװער 

 

(קװעטשט דאָס בילד)

מיר האָבן װי פֿינגער געשטרעקטע דורך גראַטן 

צו פֿאַנגען די ליכטיקע לופֿט פֿון דער פֿרײַ-י

דורך נאַכט זיך געצױגן, צו נעמען די פּלאַטן,י 

די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ.י  

מיר, טרױמער, באַדאַרפֿן איצט װערן סאָלדאַטן 

 און שמעלצן אױף קױלן דעם גײַסט פֿונעם בלײַ.י 

 

און מיר האָבן װידער געעפֿנט דעם שטעמפּל 

צו עפּעס אַ הײמישער אײביקער הײל.י  

מיט שאָטנס באַפּאַנצערט, בײַ שײַן פֿון אַ לעמפּל 

געגאָסן די אותיות אַ צײל נאָך אַ צײל,י  

אַזױ װי די זײדעס אַ מאָל אינעם טעמפּל 

אין גילדענע יום-טובֿ-מנורות-דעם אײל.י  

 

דאָס בלײַ האָט געלױכטן בײַם אױסגיסן קױלן,י  מחשבֿות-צעגאַנגען אַן אות נאָך אַן אות.י  

אַ שורה פֿון בבֿל, אַ שורה פֿון פּױלן, 

געזאָטן, געפֿלײצט אין דער זעלביקער מאָס.י  

די ייִדישע גבֿורה, אין װערטער פֿאַרהױלן,י  

מוז אױפֿרײַסן איצטער די װעלט מיט אַ שאָס !י 

 

און װער ס'האָט אין געטאָ געזען דאָס כּלי-זײן  פּאַרקלאַמערט אין העלדישע ייִדישע הענט-י 

 געזען האָט ער ראַנגלען זיך ירושלים,י  

דאָס פֿאַלן פֿון יענע גראַניטענע װענט;י  

 פֿאַרנומען די װערטער, פֿאַרשמאָלצן אין בלײַעןי און זײערע שטימען אין האַרצן דערקענט.י 

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"