"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 4, זייט 6                               אױגוסטִ 2002                              אַב-אַלול, תשס"ב

בריװ אין רעדאַקציע...

חשובע דעדאקטאָרן

איך בין אַרטוראָ קערבעל פֿון "דאָס נײַע דור".ן

איך בין אַזױ פֿרײלעך איר האָט געענטפֿערט! איך האָף אַז דאָס װאָס מיר זאָלן אָנהײבן זאָל זײַן אַן אינטערעסאַנטער און פֿרוכטבאַרער באַציונג צװישן ענגליש/ייִדיש-רעדערס און שפּאַניש/ייִדיש-רעדערס. איך האָב שױן דערמאָנט אַז איר װױנט אין דער דרום העמיספֿער און מיר אין דער צופֿן העמיספֿער, דערפֿאַר, זײַנען מיר אין פֿאַרשײדענע סטאַציִעס. מיר זײַנען נאָר אַרױס פֿון שול. איך שיק אײַך צװײ אַטאַטשמענץ מיט דעם בליץ בריװ, װוּ עס געפֿינט זיך די גאַנצע אינפֿאָרמאַציִע װעגן "דאָס נײַע דור"... די שרײַבערס-ראַט אָדער דער הױפּט-קאָמיטעט איז אַ "דערװײַליקער", אַקאָרשט װעלן די רעפּרעסענטאַנטן פֿון יעדער לאַנד װאָס זאָל אָנטײל נעמען צושטײַן צו דעם הױפּט-קאָמיטעט. דאָס מײנט נישט אַז יעדער זאָל קענען שרײַבן! אין אױגוסט, װעלן 700 קאָפּיִעס זײַן געדריקט און אַװדאי װעל איך אײַך שיקן עטלעכע בײַשפּילן כּדי איר זאָלט זײַן מער זיכער אַז איר װילט אָנטײל נעמען מיט "דאָס נײַע דור". מיר װעלן אײַך שיקן אַ דיסקעט אָדער דורך אינטערנעט אַלע אַרטיקלען כּדי איר זאָלט קענען דריקן אײַער אײגענע װערסיע פֿון "דאָס נײַע דור". מיר װעלן באַלד האָבן אַ װעב-בלאַט, געמאַכט פֿון דאַניִעל נוריִיעװ, 21 אָדער 22, פֿון ישראַל. און, אױב איר װילט, אָדער װינטשט עס, מיר, די מעקסיקאַנע ייִדיש-רעדנדיקע יוגנט, קען שרײַבן פֿאַר אײַער זשורנאַל אָדער װעב-זײַטל אַרטיקלען װעגן װאָס איר װילט! און אַװדאי, איר קענט שרײַבן װעגן װאָס איר װילט און אַזױ װעט מען האָבן צװײ "װעלטלעכע" ייִדישע זשורנאַלן! אַגף איך האָב אַן אַנדער ציל: אַרײַנצוציען קאַנאַדע, ליטע און ערץ ישראַל צו מײַן אָדער אונדזער פּראָיעקט, איך װײס נישט אױב איר אױך װילט קאַנאַדע אָדער/און מעקסיקע זאָלן זיך באַטײַליקן אין אײַער פּראָיעקט. אָבער די אײנציקע זאַך װאָס איך װינטש, איז אַז "דאָס נײַע דור" זאָל זײַן געדריקט אין אײַער לאַנד, און אױב מע קען, אַז אײַער זשורנאַל זאָל אױך זײַן געדריקט דאָ װײַל דאָס איז אַ באַשלוס פֿון מײַן שול װײַל "דאָס נײַע דור" איז אָפּהענגיק פֿון מײַן שול, נישט פֿון אַ ספּעציִעלע אָרגאַניזאַציִע.ן

אַ דאַנק! און שרײַבט צוריק! מיט פֿרײַנדשאַפֿט:ן

אַרטוראָ קערבעל.ן

dos_naye_dor@yahoo.com.mx

פֿון דער עדאַקציע:-ן

טײַערער אַרטוראָ און מיטגלידער פֿון "דאָס נײַע דור"ו.ן

מיר די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיִע" באַגריסן אײַער פֿײַנעם פּראָיעקט און װינטשן אײַך הצלחה און מזל. מיר װאָלטן זיכער געװאָלט אָנטײַל נעמען אין אײַער פּראָיעקט און באַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און אַזױ װײַטער. און מיר לײַדן אײַך אײַן טאָן דאָס זעלבע דאָ. אונדזער זשורנאַל װעט בלױז דערשינען אױף דער אינטערנעט װײַל מיר האָבן נישט קײַן פֿאָנדן צו דריקן עס, אָבער מיר װאָלטן גערן געװאָלט העלפֿן "דאָס נײַע דור" זאָל דערשינען אין אױסטראַליע. זײַט מצליח און בלײַבט אין קאָנטאַקט.ן

מיט קאָלעגישע גרוסן,ן

די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיע"ן

 

&&&

חשובע רעדאַקטאָרן,

איך הײס מינעַ-ליפֿשע װישװאַנאַט. איך בין דרײַצן יאָר אַלט. איך פֿלעג גײן אין "פּריפּעטשיק" - די שול אין ניו-יאָרק פֿאַר קינדער װאָס רעדן שױן ייִדיש. מײַן זײדע איז מרדכה שעכטער. איך גײ אין מאַ'אַיִאַנאָט - אַ ישיבֿה פֿאַר מײדלעך. איך װױן אין ניו-דזשערזזי. יעדן יאָר גײ איך אױף דער ייִדיש-װאָך מיט אַלע מײַנע ייִדיש-רעדנדיקע חברטעס. איך האָב גרױס הנאה דערפֿון. איך בין קײן מאָל נישט געװען אין אױסטראַליִע, אָבער איך װאָלט געװאָלט אַמאָל באַזוכן דאָס לאַנד. אין דער הײם רעד איך נאָר ייִדיש מיט מײַן מאַמע, אָבער איך רעד טאַמיל, אַן אינדישע שפּראַך, מיט מײַן טאַטע. איך קען לײענען און שרײַבן בײדע שפּראַכן. מײַן בליצפּאָסט אַדרעס איז meena1125@yahoo.com.

 מינעיִ-ליפֿשע װישװאַנאַט

***

חשובע דעדאקטארן,

נאר ערשט האב איך געזען דעם צווייטן נומער פון "די ינגע גווארדיע" און איך וויל אויסדריקן א ריינהארציקן מזל-טוב צו אלע וואס האבן ארויסגעגעבן אזא שיינע אויסגאבע. עס גיט אונדז א ווארעמע געפיל אין דער נשמה וויסן אז די סטודענטן פונעם מלך דוד קאלעדזש ניט נאר לערנען זיך יידיש, אבער אויך האבן אזא גרויסע הצלחה! א יישר-כוח!

דניאל גודרידזש, דער יידישער פאלקס צענטער אין סידנעי

 

***

שלום עליכם פֿון ירושלים. 

ס'שרײַבט אײַך משה גאָנטשאַראַק פֿון ישראַל. כ'בין 39 יאָר אַלט, און איך אַרבעט אין צענטראַלן ציוניסטישן אַרכיװ. איך בין געבױרן געװאָרן אין רוסלאַנד אין לענינגראַד, זינד 1990 װױן איך אין ישראַל. מײַנע װיסנשאַפֿטלעכע טעמע איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַנאַרכיסטישער באַװעגונג. איך בין אײַנער פֿון די רוסן-רעדנדיקער ייִדישיסטן, זעט די אינטערנעץ זײַט: www.jewniverse.net מיר אַלע זײַנען צופֿרידן אַז עס איז דערשינען אַזאַ פֿײַנער װירטועלער זשורנאַל װי "די יונגע גװאַרדיע" כל-הכבוד ! איך האָב געװאָלט שיקן מײַנע בעסטע װוּנטשן צו אַלע אױסטראַלישע ייִדישיסטן, און כ'װיל אױך איבערגעבן סאַמע בעסטע װוּנטשן מײַן חבר און פֿרײַנט משה אײַזענבודן. אַנטשולדיקט מיר פֿאַר די גרײַזן, ייִדיש איז נישט מײַן מאַמע-לשון, איך בין געבױרן אין אַן אַסימילירטער משפּחה און האָב געלערנט ייִדיש אַלײַן. אַ שײַנעם דאַנק אײַך פֿאַר אײַער װיכטיקער אַרבעט, אײַער-משה פֿון ירושלים

***

חשובע רעדאַקטאָרן,

אַ װאַרעמער מזל-טוב פֿון מיר און פֿון דעם ייִדישן פֿאָלקס-צענטער אין סידנעיִ! איך הײס דן גודרידזש, און איך בין, ראַשית-כל, דער פּרעסידענט פֿונעם פֿאָלקסצענטער, און צװײַטנס בין איך אַ געװעזענער סטודענט פֿון יאַסמינקע דאָולינג (איך האָב גראַדואַיִרט מערץ 2001), און אײַער צײַטונג איז געװען בײַ מיר אַ גרױסע שימחה. איך האָב אַ שײַכות מיט דער מלך דוד שול, װײַל מײַן שװער, מר. מגיד, איז אַ בעל-טובה פֿון דער שול, און אָט דאָס מאַכט די שימחה אַפֿילו גרעסער. אַ פֿראַגע: פֿון װאַנען קומט דער נאָמען "יונגע גװאַרדיִע"? עס דאַכט מיר אַז עס איז געװען דער נאָמען פֿון דעם סאָװיִעטישן "קאָמסאָמאָל"? (מאָלאָדיאַ גװאַרדיאַ) אַ װאַרעמער גרוס, 

דן, סידנעיִ.

 פֿון דער רעדאַקציע:- דער נאָמען שטאַמט פֿון דאָס ליד "די יונגע גװאַרדיִע", אױך אַמאָל פֿון רוסלאַנד, זעט די פֿאָדערשטע זײַט.

&&&&&&

חשובע רעדאַקטאָרן,

םזל טוב ..... אָבער מע קען נישט לײענען אײַער צײַטונג װאָס באַװײַזט זיך אױפֿן עקראַן מיט "פֿאַרכישופֿטע צײכנס" מיט פֿרײַנדשאַפֿט  

Amis de la Maison de la Culture Yiddish, פּאַריז.

פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows

&&&&&&

חשובע רעדאַקטאָרן,

מזל-טוב לכובד דעם נײַעם װעב זײַטל ! זינט װען לערנט מען ייִדיש אין מלך דוד ? װיפֿל שילער לערנען זיך ייִדיש אין 10-טן יאָר? און װי אַזױ שרײַבט מען ייִדיש אױף דער אינטערנעט ? װי אַזױ זאָגט מען "Goodonya Mates" אױף ייִדיש? זײַט באַגריסט! גרוסן, 

טאָמי קאַלינסקי, מעלבורן

&&&&&&

!אַ גרוס פֿון ניו-יאָרק ! 

 It's wonderful to see D i Yunge Gvardie on the net and I look forward to your next issue.  I love Yiddish and have started a group that meets regularly to practice conversational Yiddish.  Perhaps you could write a story about us.

 Rachel Kneitel-זײַט געזונט און געגריסט !

 

&&&&&&

חשובע רעדאַקטאָרן,

אַ ייִשר-כוח! איך װינטש אײַך אַ סך דערפֿאָלג מיט דער צײַטשריפֿט.

 ענדרו פֿײַערשטײַן, מעלבורן.  

&&&&&

אַ ייִשר-כוח ! אַדאַם װײַטמאַן, ניו יאָרק

&&&&&

חשובע רעדאַקטאָרן,

טײַערע יונגע פֿרײַנד פֿון דער "יונגער גװאַריע": אַ ייִשר כוח אײַך פֿאַר דער מי און דער אַרבעט ! זײַט באַגריסט ! איך בין אײנע פֿון די ייִנגסטע לעבנגעבליבענע פֿון די קאָנצענטראַציע לאַגערן בעתן חורבן. איך קען מסתמאַ אַ סך פֿון אײַערע עלטערן און באָבע זײדעס פֿון בעלגיע, װוּ מיר האָבן טעגלעך געזונגען "די יונגע גװאַרדיִע" אױף די צוקונפֿט לאַגערן. מיט בעסטע װוּנטשן און גרוסן, אײַער 

פֿײגל אינפֿעלד גלעזער.

&&&&&

חשובע רעדאַקטאָרן,

אַ האַרציקן מזל-טוב - װאָסאַראַ פֿאַנטאַסטיש דערגרײַכונג ! מיר װעלן עס תיכף פֿאָרשטעלן אױף Jewish Australia. אָבער נאָך װיכטיקער האָבן מיר געװאָלט אײַך איבערשיקן אַ פּערזענלעכן אָנזאָג, די אַלע אָנטײַל נעמער און בפֿרט דער 10-ער קלאַס פֿון ייִדיש בײַם מלך דוד שול אױף שימחות,

 אָראַ און סעם ליפּסקי, מעלבורן

&&&&&&

די צײַטונג איז אײַך געלונגען ! מזל-טוב ! ראַפֿױל, אַ סטודענט פֿון פֿראַנקרײַך.

&&&&&&

חשובע רעדאַקטאָרן,

אַ גרױסער ייִשר-כוח צום נײַעם זשורנאַל! ס'איז װוּנדערלעך שײַן, פֿיל מיט קאָליר (זײער װיכטיק פֿאַר די קינדער!) און אינטערעסאַנט מאַטעריאַל. םיר האָבן דערצײלט די קינדער פֿון "פּריפּעטשיק" װעגן דעם אַז איר הײַבט אָן אַזאַ זשורנאַל - האָפֿנטלעך װעלן זײַ עפּעס אָנשרײַבן פֿאַר דעם. אַגב: די קינדער װאָלטן זײַער געװאָלט מאַכן דאָס רעטעניש, נאָר די ייִדישע אותיות זענען עפּעס אַרױסגעקומען קאַפּױער - מיט ענגלישע אותיות און פֿאַרשידענע דיִאַקריטישע צײכנס. םע קען דאָס פֿאַרעכטן? אַ דאַנק!

 גיטל שעַכטער-װיסװאַנאַט, ניו יאָרק

פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows

&&&&&&

ס'קומט אַ ייִשר כּוח די יונגע זשורנאַליסטן! 

מאַרק ה דאַװיד, "Yiddish Voice", באָסטאָן

&&&&&&

װידעראַמאָל אַ ייִשר כוח !  

Refoyl Finkel קענטאַקי

 פֿון דער רעדאַקציע:-

טייערע לייענער פון "די יונגע גוואַרדיע".

 ביטע שיקט אונדז אייערע בריוו און שטייערט זיך צו מיט אַרטיקלען, לידער, רעטענישן, וויצן, בילדער, א.אַ.וו.  איר קענט שיקן זיי דורך דער בליץ-פּאָסט email אָדער דורך שנעק-פּאָסט snail-mail און מיר וועלן זיי באַטראַכטן צום דריקן.  דער שנעק-פּאָסט אַדרעס איז:-

“Di Yunge Gvardie”

10 Hornby Street

Windsor, Victoria

Australia, 3181

אָדער שיקט אונדז אַ בליץ-בריוו דורך email:

adafner@primus.com.au

 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע" גװאַרדיע" פֿון יולי 2002

די יונגע" גװאַרדיע" פֿון יוני 2002

די יונגע" גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"