"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 4, זייט 3                               אױגוסטִ 2002                              אַב-אַלול, תשס"ב

 אין אָנדענק פֿון דער 50 -טער יאָרצײַט פֿון די סאָװיִעטישע ייִדישע שרײבער און פּאָעטן דערמאָרדערט דורך דעם סטאַלין רעזשים דעם 12 -טן אױגוסט 1952 

"אין װינטער פֿאַרנאַכטן"

פֿון דוד האָפֿשטײן 

אין װינטער פֿאַרנאַכטן אױף רוסישע פֿעלדער ! װוּ קען מען זײַן עלנטער, װוּ קען מען זײַן עלנטער...י 

אַ פֿערדל אַן אַלטינקס, אַ סקריפּנדער שליטן, אַ שליאַך אַ פֿאַרשנײטער - און איך בין אין מיטן.י 

פֿון אונטן, אין אײנציקן װינקל אין בלאַסן, נאָך לעשן זיך טרױעריק טליענדע פּאַסן.י 

פֿון פֿאָרנט פֿאַרשפּרײט זיך אַ מידבר אַ װײַסער, און װײַט דאָרט צעזײט איז אַ צענדליקל הײַזער - דאָרט דרעמלט אַ כוטאָר, פֿאַרזונקען אין שנײען...י 

צום ייִדישן הײַזל פֿיל סטעזשקעלעך גײען, אַ הײַזל װי אַלע, נאָר גרעסער די פֿענצטער, און צװישן די קינדער דאָרט בין איך דער עלטסטער...י 

און ענג איז מײַן װעלטל, און קלײן איז מײַן רעדל; אין צװײ װאָכן אײן מאָל פֿון כוטאָר אין שטעטל.י 

און בענקען אין שװײַגן פֿון פֿעלדער פֿון ברײטע, פֿון װעגן און װעגלעך פֿאַרשנײטע, פֿאַרװײטע...י 

און טראָגן אין האַרצן פֿאַרבאָרגענע װײען פֿון זױמען, װאָס װאַרטן און װאַרטן אױף זײען...י 

אין װינטער פֿאַרנאַכטן אױף רוסישע פֿעלדער!י װוּ קען מען זײַן עלנטער, װוּ קען מען זײַן עלנטער?י

אױפֿן װעג שטײַט אַ בױם 

פֿון איציק מאַנגער

,אױפֿן װעג שטײַט אַ בױם

שטײַט ער אײַנגעבױגן

אַלע פֿײַגל פֿונעם בױם

 .זענען זיך צעפֿלױגן 

 

דרײַ קײַן מיזרח, דרײַ קײַן מערב,י 

און דער רעשט קײַן דרום,י 

און דעם בױם געלאָזט אַלײן 

חפֿקר פֿאַרן שטורעם.ן

 

 זאָג איך צו דער מאַמע: הער,י 

זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,י 

װעל איך,מאַמע, אײַנס און צװײַ,י 

.באַלד אַ פֿױגל װערן

 

איך װעל זיצן אױפֿן בױם 

און װעל אים פֿאַרװיגן 

איבערן װינטער מיט אַ טרײַסט,י 

.מיט אַ שײַנעם ניגון

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע" גװאַרדיע" פֿון יולי 2002

די יונגע" גװאַרדיע" פֿון יוני 2002

די יונגע" גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"