"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 8 זייט 1                        דעצעמבער 2002                         טבֿת, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

הערי פּאָטער 2 איז געקומען 

פֿון דבֿורה זילבערמאַן

(קװעטשט דאָס בילד)

דער פֿילם " הערי פּאָטער 2-דער קאַמער פֿון סודות" איז געקומען קײן מעלבורן אין דעצעמבער, און עס איז אױסגעצײַכנט! מיר װילן דאָ אױסרעכענען די סצענעס װעלכע מיר טראַכטן זענען געװען  די בעסטע  אין דעם פֿילם:י

 י1.װען הערי פּאָטער איז געגאַנגען צו דאַמבלעדאָס ביורא

י2.די קװידיטש שפּיל 

י3.די שמײַסנדיקע װערבע 

י4.װען הערי און ראָן פֿאָרן אין דעם פֿליִענדיקן אױטאָמאָביל 

י5.דער זשורנאַל פֿון טאָם רידל 

י6.ראָנס מאַמעס קװיטשערײַען אױף אים 

י7.װען הערי קומט צו די װיסליסעס הױז 

י8.װען דאָבי קומט זיך באַגעגענען מיט הערי 

מיר רעקאָמענדירן איר זאָלט גײן אין קינאָ און זען " הערי פּאָטער 2-דער קאַמער פֿון סודות"י

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון נאָװעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון סעפּטעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"