"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 8 זייט 2                        דעצעמבער 2002                        טבֿת, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

ייִדיש לעבן אין מעקסיקע 

פֿון אַרטוראָ קערבעל

דאָס מאָדערנע ייִדישע לעבן אין מעקסיקע האָט אָנגעהױבן אין די 1920-קער יאָרן מיט די אימיגראַציִע פֿון אַשכּנזישע ייִדן. די מערהײט פֿון זײ זײַנען געװען פֿון רוסלאַנד, ליטע, פּױלן און אוקראינע, אָבער אױך פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד, פֿראַנקרײַך און מיר קענען נישט פֿאַרגעסן די אימיגראַציִע פֿון טערקײַ, שפּאַניִע, סיריִע און אַנדערע אַראַבישע לענדער. ייִדיש איז געװען די הױפּט-שפּראַך פֿון דער מערהײט פֿון די ייִדן: ייִדיש איז געװען גערעדט אין אַלע שטיבער, צװישן פֿרײַנד, אין שול, און איז געדריקט געװאָרן אין נײַע ביכער, צײַטונגען, זשורנאַלן און אַזױ װײַטער. אין יאָר 1924, איז געדרינדעט געװאָרן די ייִדישע שול אין מעקסיקע, די שול אין װעלכע איך לערן זיך איצטער, אין דעם 9טן יאָר מיטלשול

די ייִדישע שול אין מעקסיקע איז נישט אַ ישיבֿה און אױך נישט אַ רעליגיעזע שול, ס'איז אַ װעלטלעכע שול װוּ מען לערנט ייִדישע לימודים װי העברעיש, די ייִדישע שפּראַך, תּנך און ייִדישע געשיכטע, אָבער אױך לימודים װי װיסנשאַפֿט, כעמיע, פֿיזיק, ביאָלאָגיע, געאָגראַפֿיע, מאַטעמאַטיק, ליטעראַטור און אַנדערע לימודים װי פּסיכאָלאָגיע אין דער הױך-שול. אין מעקסיקע זײַנען דאָ פֿיר יאָרן אין דעם קינדער-גאָרטן און עלעמענטאַר שול, זעקס יאָרן אין פֿאָלקסשול, צװײַ אין מיטלשול און צװײַ אין "פּרעפּאַראַטאָריִע" אָדער הױך-שול. ס'זײַנען אױך דאָ שולן, ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿאַר די קראַנקע און אַ ספּאָרט צענטער װוּ מען קען פּראַקטיצירן יעדער ספּאָרט. מען קען אױך געפֿינען כּשר עסן. די ייִדישע קהילה אין מעקסיקע איז צעטײלט אין פֿיר

י1.די אַשכּנזים - די ייִדן װאָס שטאַמען פֿון דײַטשלאַנד, פּױלן, ליטע, רוסלאַנד, און אַזױ װײַטער 

י2.די ספֿרדים - די ייִדן װאָס שטאַמען פֿון שפּאַניע, טערקײַ, פּאָרטוגאַל, יטאַליע, און אַנדערע לענדער 

י3.די האַלעבים - אַראַבישע ייִדן װאָס שטאַמען פֿון האַלעפּ אין סיריע 

י4.די שאַמים -אַראַבישע ייִדן װאָס שטאַמען פֿון דאַמאַשעק, אױך אין סיריע 

יעדע קהילה האָט זײער אײגענע שולן, שולעס, ישיבֿות און אָרגאַניזאַציעס. ס'איז שװער עס צו פֿאַרשטײן װײַל מעקסיקע איז דער אײנציקער פּלאַץ װוּ די דאָזיקע צעטײלונגען עקסיסטירן. אין מעקסיקע זײנען אױך דאָ יונגע מענטשן װאָס רעדן ייִדיש! עס זענען אױך פֿאַראַן מענטשן פֿון יעדן עלטער, מיט װעלכע איר קענט מאַכן קאָנטאַקט דורך דעם עמײַל. אױב איר װילט אונדז שרײַבן דאָ אין מעקסיקע, װעלן מיר זײַן זײער צופֿרידן צו קריגן אײַערע בריװ.י

 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון נאָװעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון סעפּטעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"