נומער 8 זייט 3 דעצעמבער 2002 טבֿת, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אָ, איר קלײנע ליכטעלעך!י אַ חנוכּה ליד פֿאַר די הײַנטיקע צײַטן, לױט מאָריס ראָזענפֿעלד אָ, איר קלײנע ליכטעלעך!י איר דערצײלט געשיכטעלעך, י מעשהלעך פֿון פֿײַנט.י איר דערצײַלט פֿון בלוטיקײט,י בריהשאַפֿט און מוטיקײט,י װוּנדער אױך פֿון הײַנט.י װען איך זע אײַך שמינקלענדיק,י קומט אַ חלום פֿינקלענדיק,י רעדט אַן אַלטער טרױם:י ייִד, דו לײַדסט נאָך הײַנט אָן צאָל,י ייִד דו זינגסט דאָך נאָך אַמאָל...י גאָט, דאָס גלײַבט זיך קױם!י ס'איז בײַ דיר פֿאַראַן אַ טאָלק,י ביסט נאָך אַלץ אַ שטאָלצער פֿאָלק,י טוסט רעגירן אױך;י האָסט פֿאַר זיך אַ לאַנד פֿאַרדינט,י האָסט דײַן האַנט אױספּראָבירט...י י אַך, װי טיף דאָס רירט!י אָ, איר קלײַנע ליכטעלעך!י אײַערע געשיכטעלעך זאָגן װאָס איך מײן;י טיף אין האַרץ באַװעגט עס זיך און מיט טרערן פֿרעגט עס זיך:י װען װעט שולם זײַן?...יי |
די ליכטעלעך פֿון רײזל זילבערמאַן די ליכטעלעך שײַנען פֿאַר דיר די ליכטעלעך פֿינקלען פֿאַר דיר די ליכטעלעך שמינקלען פֿאַר דיר װײַל זײ זײַנען ליכטעלעך.י *** די ליכטעלעך שײַנען פֿאַר מיר די ליכטעלעך פֿינקלען פֿאַר מיר די ליכטעלעך שמינקלען פֿאַר מיר װײַל זײ זײַנען ליכטעלעך.י *** די ליכטעלעך שײַנען פֿאַר יעדער אײנעם די ליכטעלעך פֿינקלען פֿאַר יעדער אײנעם די ליכטעלעך שמינקלען פֿאַר יעדער אײנעם װײַל זײ זײַנען ליכטעלעך.י *** * ייִדישע האַיקוס * פֿאַר פֿינף טױזנט יאָר אַ װאַנדעריקער פֿאָלק-דאַן האָבן מיר געפֿונען די קאַבאַנאַס.י די יאַפּאַנעזער האָבן אַ סטיל לידער װאָס הײסט "האַיקו". מיר האָבן געפֿונען אַ זײטל מיט ייִדישע האַיקוס.י דער אַדרעס פֿאַר דער װעב בלאַט און פֿאַר דעם האַיִקו איז געװען www.extrememly.com/haikuindex.html |
|