נומער 10 זייט 2 פֿעברואַר-מערץ 2003 אדר, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
"די חיה"
פֿון דבֿורה זילבערמאַן די חיה איז אַ קאָמישער פֿילם. דער שטערן פֿונעם פֿילם איז דער אַקטיאָר ראָב שנײדער. דער פֿילם איז װעגן אַ מאַן װאָס אַרבעט פֿאַר דער פּאָליצײ. דער מאַן װיל זײַן אַ פּאָליציאַנט אָבער ער קען נישט אַדורך דעם פֿיזישן עקזאַמען. אײַן טאָג װערט ער צעקלאַפּט אין אַן אױטאָ קאַטאַסטראָפֿע. אַ װיסנשאַפֿטלער פֿון חיהות קומט און פֿירט דורך אַן אָפּעראַציע איבער אים אָבער דער װיסנשאַפֿטלער גיט אים טײַלן פֿון קערפּער פֿון חיהות. דער מאַן הײַבט אָן אױפֿפֿירן זיך װי אַ חיה. עס איז נישט אַזױ גוט װײַל װען ער שלאָפֿט קומט זײַן חייִש זײַט אַרױס און ער טוט שלעכטע זאַכן. װען מענטשן דערװיסן זיך אַז ער איז דער שולדיקער הײבט מען אים זוכן. אין מיטן פֿילם פֿאַרליבט ער זיך אין אַ מײַדל און זי פֿאַרליבט זיך אין אים. דאָס איז אַלץ װאָס איך דערצײַל װעגן דעם פֿילם װײַל איך װיל ניט אױסזאָגן װי אַזױ עס ענדיקט זיך. עס איז אַ זײַער קאָמישער פֿילם און איך רעקאָמענדיר עס צו אײַך.י |
"באַפֿי די װעמפּיר אומברענגערין" פֿון רײזעלע זילבערמאַן איך האָב געזען דעם מאַראַטאָן פֿון באַפֿי די װעמפּיר אומברענגערין סעריִע פֿינף. אין דעם פֿילם באַפֿי באַקומט אַ שװעסטער װאָס הײסט דאָון. זי איז אַ שליסל צום טױער צװישן דער שלעכטער װעלט און אונדזער װעלט. אַ שלעכטער שד, װאָס איז געװען אַ גאָט בײַט זיך אין אַ מאַן װאָס הײסט בן. בן איז אַ דאָקטאָר אין אַ שפּיטאָל װוּ באַפֿי און דאַונס מאַמע איז אַ פּאַציִענטקע, װײַל זי האָט אַ ראַק. זײַער מאַמע שטאַרבט פֿון דעם ראַק האָטש די דאָקטױרים האָבן געזאָגט אַז זײ האָבן אױסגעשניטן דעם ראַק. באַפֿי שפּרינגט דורך דעם טױער צו דער אַנדערער װעלט צו הרגנען דעם שד בן, האָטש דאָון האָט באַדאַרפֿט עס טאָן. זי האָט געקענט עס טאָן װײַל זײַ האָבן געהאַט דאָס זעלבע בלוט. באַפֿי האָט געװאָלט עס טאָן איר שװעסטער זאָל בלײַבן לעבן. די הױפּט גוטע העלדן אין דעם פֿילם זענען: באַפֿי, דאָון, אויִללאָו, ספּײַק, זאַנדער, אַניאַ, באַפֿיס מאַמע, גילעס, טאַראַ די שלעכטע העלדן זענען: גלאָרי, בן, די װעמפּירס, די גאָבלין מענטשן. איך מײן אַז דער טעלעװיזיע פּראָגראַם איס זײַער גוט. סס איז זײַער אינטערעסאַנט. באַפֿי איז זײער קלוג און שטאַרק. איך רעקאָמענדיר דעם פּראָגראַם װײַל עס איז פֿאַרװײַלעריש און זײַער גוט. איך געב עס אַ צען פּונקטן פֿון צען!י |