נומער 10 זייט 7 פֿעברואַר-מערץ 2003 אדר, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
טײַערע פֿרײַנט אין מעלבורן קומט צום: "אין אײַן קול" פֿעסטיװאַל אין קאָלפֿילד פּאַרק שבת 15-טן מערץ אין אָװנט און זונטיק 16-טן מערץ אין דער פֿרי. איר קענט לערנען װעגן די אינסטיטוציעס אין דער מעלבורנער ייִדישער קהילה, זען די קונסט אױסשטעלונג און הערן זינגען און פֿאַרװײַלן זיך מיט די ייִדן פֿון מעלבורן!י דער "אין אײַן קול" פֿעסטיװאַל אין פּאַרק װערט אָרגאַניזירט דורך דער ס.ק.י.פֿ. יוגנט באַװעגונג.י **** זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם 10-טן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ישוב, װי עס זאָל נאָר נישט זײַן *** מײַן נאָמען איז פֿײגי. איך בין די עלטסטע אין דער קלאַס. איך בין אין דער צענטער קלאַס. איך בין אױך געגאַנגען אין דער שלום עליכם שול ביז דער זעקסטער קלאַס. דאַן בין איך געקומען צו דער דוד המלך שול. דאָרט איז ניט געװען קײַן ייִדיש סטודיעס. איך האָב געקעמפֿט פֿאַר ייִדיש דאָ 3 יאָר, מיטן הילף פֿון אַ סך מענטשן. איצט האָבן מיר ייִדיש אױך דאָ.דאין דער צוקונפֿט װיל איך פֿאָרן העלפֿן די ייִדן אין פּױלן. איך װיל העלפֿן זײ לערנען ייִדיש און ייִדישע סטודיִעס. נאָך דעם װיל איך פֿאָרן קײַן אַמעריקע און אפֿשר אַרבעטן אין דעם נאַציאָנאַלן ייִדישן בוך צענטער *** מײַן נאָמען איז רחל. איך בין דרײַצן יאָר אַלט און איך לערן אין 8טן קלאַס. איך לערן זיך אין דער דוד המלך שול אין מעלבורן. איך האָב געלערנט ייִדיש אין שלום-עליכם שול. איך האָב ליב קונסט. אין מײַן משפּחה זענען דאָ פֿיר מענטשן, מײַן מאַמע, מײַן טאַטע און מײַן ברודער. איך האָב אױך זעקס פֿיש און מיר האָבן אַ הױז אין סאָרענטאָ בײַם ים, װאָס מײַן באָבע און זײַדע האָבן געקױפֿט פֿאַר אונדז צו נוצן אין די פֿעריען *** מײַן נאָמען איז רײַזעלע זילבערמאַן. איך בין כּמעת 13 יאָר אַלט. איך לערן אינעם 7טן קלאַס אינעם דוד המלך שול. איך װױן אין אױסטראַליִע, אין מעלבורן. איך בין אַן אַביטוריענטן פֿונעם שלום עליכם שול װאָס לערנט ייִדיש פֿון קינדערגאָרטן ביזן 6טן קלאַס. אַלע מיטגלידער אין מײַן משפּחה קענען ייִדיש און מיר רעדן ייִדיש אין דער הײם. מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן אין ניו-יאָרק אין אַמעריקע און מײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע. איך האָב זײַער ליב ייִדיש. מײַן באָבע און זײדע פֿון טאַטנס צד שטאַמען פֿון װילנע און מײַן באָבע זײַדע פֿון מאַמעס צד שטאַמען פֿון אוקראַיִנע. איך האָב זײַער ליב אױסטראַלישן פֿוסבאָל, נעטבאָל און אַ סך ספּאָרטן. איך גײ צו אַ יוגנט אָרגאַניזאַציע װאָס הײסט ס ק י פֿ װאָס איז די יוגנט אָרגאַניזאַציִע פֿונעם בונד. איך האָב ליב צו זינגען און צו שפּילן טעאַטער. איך האָב צװײ הינט, אײַן קאַץ און אײַן פֿײַגעלע. אין דער צוקונפֿט װיל איך לערנען ייִדיש אַלס אַ מאַטורע לימוד און שטעלן אַ ייִדישע שפּיל אין טעאַטער, און האָבן אַ "ייִדיש װאָך" לאַגער װי אין אַמעריקע. דאַן װעלן די אַלע לאַגעריסטן מוזן רעדן ייִדיש פֿאַר אַ װאָך. איך װיל אַז דאָ זאָלן זײַן מער ייִדישע לערערס און שולן װוּ מען לערנט ייִדיש. איך װיל אַז ס'זאָל זײַן מער ייִדיש טאָװל שפּילן און מער ייִדיש קאָמפּיוטער פּראָגראַמען *** איך הײס דבֿורה זילבערמאַן. איך גײַ אין דוד המלך שול. איך האָב גראַדואַיִרט פֿון שלום עליכם שול און האָב געלערנט ייִדיש דאָ אױך. מײַן באַליבסטע חיה איז אַ דאָלפֿין פֿיש. איך האָב ליב דעם קאָליר פּורפּור. איך האָב אױך ליב צו צײכענען און מאָלן בילדער. איך גײַ צו אַ יוגנט גרופּע װאָס הײַסט ס.ק.י.פֿ. מײַן באָבע און זײַדע פֿון טאַטנס צד זענען געבױרן געװאָרן אין װילנע אין פּױלן, און מײַן באָבע און זײַדע פֿון מאַמעס צד זענען געבױרן געװאָרן אין ניו יאָרק. מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן אין בראָנקס ניו יאָרק, און מײַן טאַטע איז געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע. איך בין אױך געבױרן געװאָרן אין מעלבורן, אױסטראַליִע.גאיך װיל העלפֿן צו שאַפֿן ייִדישע קלאַסן און לערנען קינדער ייִדיש. איך װיל העלפֿן שאַפֿן מער ייִדיש קאַנאַלן אױף דער ראַדיִאָ און אַ ייִדיש קאַנאַל אױף דער טעלעװיזיִע און איך װיל מאַכן טעלעװיזיִע רעקלאַמעס װעגן רעדן ייִדיש. איך װיל אױך שאַפֿן ייִדישע בוך קלובן *** לערער און טעכנישער רעדאַקטאָר: אַלעקס דאַפֿנער די יונגע גװאַרדיִע" איז געדרוקט נוצנדיק רפאל פֿינקל'ס ייִדישע שרײַבמאַשינקע" http://www.cs.engr.uky.edu/~raphael/yiddish/makeyiddish.html , און שאָשקע'ס ייִדישן שרײַב פּראָגראַם, http://www.shoshke.net/uyip/word2000.htm. .אַ שײַנעם דאַנק די ייִדישע קאָמפּיוטערײַ מבֿינים פֿאַר זײַער מי און באַמיִונגען
|
|