"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 10 זייט 5                       פֿעברואַר-מערץ  2003                        אדר, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

(האָבנדיק געלײענט די כעלעמער מעשיות אין קלאַס)

פּורים שפּילער אין כעלם

אַז די כעלעמער פּורים שפּילער זענען געגאַנגען פֿון הױז צו הױז, האָבן זײ אין יעדן הױז באַקומען אַ כּוס משקה. זענען זײ געגאַנגען און געשפּילט ביז זײ זענען געװאָרן אַזױ שיכּור אַז זײ האָבן פֿאַרבלאָנדזשעט אין דער כעלעמער שטאַל. זעענדיק װי די בחמות גלאָצן אױף זײ מיט קעלבערנע אױגן האָבן זײ זיך געחידושט: זעט נאָר, נאָך פּורים שפּילער אָבער איך דערקען נישט װער איז מרדכי הצדיק און װער איז המן הרשע?י

מ'שטופּט דעם באַרג

(קװעטשט דאָס בילד)

אַז כעלם איז געװאָרן גרעסער און ענגער, האָבן די כעלעמער חכמים געטראַכט אַז מען דאַרף מאַכן מער אָרט פֿאַר די װאַקסנדיקע גאַסן און הײַזער. האָבן זײ באַשלאָסן אַז מען דאַרף אַװעקשטופּן דעם באַרג לעבן כעלם און שאַפֿן דאָס אָרט. האָבן זײ זיך פֿאַרזאַמלט פֿון אײן זײַט פֿון דעם באַרג, אױסגעטאָן און געװאָרפֿן די קאַפּאָטעס אױף אַ זײַט, און גענומען זיך צום שטופּן דעם באַרג. איז אָנגעקומען אַ גנבֿ און צוגעגנבֿט די קאַפּאָטעס. נאָך אַ פּאָר מינוט שטופּן האָבן די כעלעמער זיך אָפּגערוט, און נישט זעענדיק זײערע קאַפּאָטעס אױסגעשריגן, "ייִדן זעט װי װײַט מיר האָבן שױן געשטופּט דעם באַרג אַז מען זעט שױן אַפֿילו נישט אונדזערע קאַפּאָטעס!"י

די לאַדנס אין שול אַרײַן 

(קװעטשט דאָס בילד)

אַז דער כעלעמער שמש איז אַלט און שװאַך געװאָרן, האָבן די כעלעמער געטראַכט, װאָס קען מען טאָן, כּדי ער זאָל ניט דאַרפֿן גײן אַלע באַגינען קלאַפּן אין די לאָדנס און זיך שלעפּן מיט זײַנע אַלטע שװאַכע פֿיס אין די נאַסע בלאָטיקע געסלעך. געטראַכט און געטראַכט, און סוף כּל סוף באַשלאָסן צו ברענגען זײערע לאָדנס אין שול אַרײַן, און זאָל דער שמש דאָרטן קלאַפּן און זיך ניט דאַרפֿן שלעפּן מער איבער די בלאָטעס.י

יושר 

די כעלעמער האָבן זיך אַרומגעזען אַז עס פֿעלט יושר בײַ מענטשן. האָבן זײ צוזאַמענגערופֿן אַן אַסיפֿה פֿון די שבֿעה-חכמי-כעלם' געעצהט זיך זיבן טעג און זיבן נעכט און האָבן באַשלאָסן צו שיקן אַ כעלעמער אין דער גרױסער שטאָט, װוּ מען קריגט אַלץ אין דער װעלט, אײנצוהאַנדלען פֿאַר כעלם אַביסל יושר. דער כעלעמער שליח האָט פֿון כּוחות זיך אַרױסגעשלאָגן זוכנדיק יושר אין דער גרױסער שטאָט, ביז ער האָט סוף כּל סוף אָנגעטראָפֿן אױף אַ ימח-שמוניק, און יענער האָט אים פֿאַר גוט געלט פֿאַרקױפֿט אַ פֿולע פֿאַס מיט "יענעם" יושר...האָט ער געבראַכט דעם "יושר" קײן כעלם. האָט מען מכבד געװען דעם רבֿ ער זאָל זאָגן מבֿינות אױף דער סחורה...גײט דער כעלעמער רבֿ לאַנגזאַם צו, דעקט אױף דעם פֿאַס און טוט מיט גרױס כּװנה אַ שמעק. "פֿע!", שרײַט ער אױס, "דער יושר שטינקט!"י

***

דער ערשטער שנײ

אין כעלם איז אַראָפּגעפֿאַלן דער ערשטער שנײ פֿון יאָר און פֿאַרדעקט די האַרבסטיקע בלאָטעס, ס'אַ ליכט אין די אױגן! נאָר אױב דער שמש גײט װעקן צו עבֿודת-הבורא װעט ער דאָך צעטרעטן דעם שײנעם, װײַסן, קלאָרן, פֿרישן שנײ. װאָס טוט מען? האָט מען באַשלאָסן מ'זאָל דעם שמש אַרױפֿשטעלן אױף אַ טיש און פֿיר ייִדן זאָלן אים טראָגן פֿון הױז צו הױז

(קװעטשט דאָס בילד)

אַ נעכטיקער טאָג

אַ כעלעמער טרעפֿט אַ צװײטן אױף דער גאַס און פֿרעגט אים "װאָסאַראַ טאָג איז הײַנט?" ענטפֿערט ער "איך װײַס נישט". זאָגט אים דער ערשטער, "אָבער איר טראָגט אַ צײַטונג, קוקט אַרײַן װעט איר זען די דאַטע." "אַך" ענטפֿערט יענער "ס'טױג נישט, עס איז אַ נעכטיקע צײַטונג."י

(:->)

דער כעלעמער בית עולם 

כּדי צו װיסן די ריכטיקע גרױס פֿון אַ שטח לאַנד פֿאַר אַ בית הקבֿרות האָבן די כעלעמער באַשלאָסן זיך אױסצולײגן אַלע שורות-װײס אױפֿן פֿעלד. װעט מען דאַן גענױ זען װיפֿל לאַנד זײ פֿאַרנעמען און מען װעט אַפֿילו אַן איבעריקן שפּאַן ערד ניט דאַרפֿן קױפֿן...ן

{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{: <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:

(קװעטשט דאָס בילד)

"די שריפֿה אין כעלם" 

אין כעלם האָט אין אַ שטאָק-פֿינצטערער נאַכט אױסגעבראָכן אַ שרפֿה. זײַנען די כעלעמער פֿײַערלעשער זיך צונױפֿגעלאָפֿן און אָנגעהױבן צו לעשן דעם ברענענדיקן בנין. אין טומל איז אױך דער כעלעמער רב געקומען צו לױפֿן, דערזען װי דער פֿײַער באַלײַכט דעם גאַנצן פּלאַץ אַרום, האָט ער אױסגערופֿן: אַ נס מן השמים, װאָס ס'איז אַ שרפֿה ! אַניט װאָלט געװען אַזױ פֿינצטער, אַז מ'װאָלט אַפֿילו ניט געזען װי צו לעשן !ן

(}:-{)>

אַ כעלעמער מעשׂה פֿון אױסטראַליע.

אַ כעלעמער איז קױם מיט צרות נאָך פֿיר װאָכן אױפֿן ים אָנגעקומען פֿאַר תּשעה באבֿ קײן אױסטראַליע.עטרעפֿט ער אַ היגן ייִד, זאָגט אים דער היגער, "איר װײסט אַז דאָ אין אױסטראַליע איז אַלץ אַנדערש, אױף קאַפּױר צו כעלם." "װאָס הײסט?", פֿרעגט אים דער כעלעמער. ענטפֿערט אים דער ייִד, "װען אין כעלם איז זומער איז דאָ װינטער, און איצט הײבט זיך אָן דער זומער." "אױב אַזױ", זאָגט דער כעלעמער איז דאָך גאָר גוט. כ'װעל פֿאַרשפּאָרן פֿאַסטן תּשעה באבֿ און יום-כּיפּור און באַלד פּראַװען שמחת תּורה, חנוכּה, פּורים און פּסח.ן

<(-:{)

די כעלעמער אין פּאַריז 

אַז די כעלעמער זײַנען געקומען קײן פּאַריז, איז זײ די שטאָט זײער און זײער געפֿעלן געװאָרן. מער פֿון אַלץ זײַנען זײַ אָבער באַגײַסטערט געװאָרן פֿונעם אײַפֿל-טורעם. אײן זאַך איז אָבער נישט אַזױ גוט. סײַ װינטער, סײַ זומער, שטײט ער אַ הױלער און אַ נאַקעטער, און קען נאָך חלילה אינגאַנצן פֿאַרזשאַװערט װערן. האָבן די כעלעמער באַשלאָסן אױפֿצונײען פֿאַרן טורעם אַ לײַװנטענע ציכל מיט לעכלעך און מיט קנעפּלעך װי ס'באַדאַרפֿט צו זײַן.ן

 

 

זײַט 1:- נייעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זײַט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון יאַנואַר 2003
די יונגע גװאַרדיע פֿון דעצעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון נאָװעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיִע פֿון סעפּטעמבער 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"