נומער 10 זייט 3 פֿעברואַר-מערץ 2003 אדר, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
פֿאַר װאָס מרדכי הצדיק האָט געפֿונען חן בײַם מלך פֿון איציק מאַנגער װער איז דאָס ייִדל מיטן האָרב, װאָס דרײט זיך אין מלכס טױער און װוּ ס'שושקען זיך צװײ, שטעלט ער אונטער אַן אױער?י אױ ביסטו אַ נאַרעלע קינד, דאָס װײסטו נישט אַפֿילו?י מרדכי הצדיק איז דער ייִד, דער ייִד פֿון דער מגילה.י י ער האָט געפֿונען בײַם מלך חן, בײַ אונדזער מלך, דעם שוטה,י װאָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט און האָט אַ נאָז אַ רױטע.י פֿאַר װאָס זשע האָט ער געפֿונען חן בײַ אונדזער מלך, דעם שוטה,י װאָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט און האָט אַ נאָז אַ רױטע?י דערפֿאַר, װײַל ר'האָט אַ מאָל בײַ נאַכט אין טױער זיך אונטערגעהערט,י װי בגתן וּתּרש האָבן געזאָגט: - מיר האָבן דעם מלך אין דר'ערד!י ער איז אַ טיראַן, אַ פֿינצטערלינג, אַ רוח אין זײַן מאַמען!י לאָמיר אים שיטן אין בעכער סם און לאָמיר אים פֿאַרסמען.-"י אַזױ האָבן בײַדע אָפּגערעדט און זענען צעגאַנגען זיך שטילע און מרדכי האָט דאָס געמסרט אַלץ מיטן ניגון פֿון דער מגילה.י איז דער מלך געװאָרן אין כּעס און נישט געהײסן מאַכן קײן שהיות און הענגען די בונטאַרן די צװײ אױף צװײ באַזונדערע תּליות.י און צו מרדכי הצדיק האָט ער געזאָגט: - דו מעגסט אין מײַן טױער האַנדלען מיט שנורעװאַדלעס און כּשרער זײף, מיט פּאַסטאַ און מיט מאַנדלען.י פֿאַרטראַכט זיך דאָס קינד און די מאַמע שװײַגט- דער אָװנט איז בלאָ װי אַ תּפֿילה-י און נאָר די פֿליגן אױף דער װאַנט זשומען שטיל די מגילה.י |
|