"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 9 זייט 1                       יאַנואַר  2003                        טבֿת, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

י"די יונגע גװאַרדיִע" רעדט מיט די ס.ק.י.פֿ מיטגלידער לעיִלאַ און קאַרמען װעגן דעם זומער לאַגער װעלכער האָט זיך פֿאַרענדיקט דעם 6-טן יאַנואַר

 

ס.ק.י.פֿ חבֿרים פֿון רעכטס: קאַרמען, דזשאָש, לעיִלאַ, בעקס

װיפֿל יאָר פֿאָרט איר שױן אױפֿן ס.ק.י.פֿ לאַגער?י 

לעיִלאַ און קאַרמען: 6 יאָר 

װי איז עס פֿאָרגעקומען?י

 לעיִלאַ: נישט װײַט פֿון מעלבורן, אין באַקוס מאַרש קאַרמען: אײַן שעה צו פֿאָרן מיט אַן אױטאָ

 װיפֿל קינדער און העלפֿער זענען געװען אױפֿן לאַגער?י 

לעיִלאַ: 85 לאַגעריסטן, קאַרמען: און 8 העלפֿער 

װאָס זענען געװען די הױפּט אַקטיװיטעטן און טעמעס?י 

קאַרמען: מיר האָבן געהאַט אַ טאָג װעגן דרום אַפֿריקע און װעגן דעם אַמאָליקן אַפּאַרטײַד סיסטעם מיט אַ גאַסט װאָס האָט פּראָטעסטירט קעגן דעם אין דער צײַט. די פֿאַרװײַלונג פֿאַר דעם נײַעם יאָר 2003 איז געװען זײער פֿרײלעך און קאָמיש 

לעיִלאַ: דאָס בעסטע לױט מיר איז געװען די אָלימפּיאַדע, דער נײַער יאָר פֿאַרװײַלונג און מײַן געבורטסטאָג (מזל-טובֿ) און דער חורבן טאָג אין אָנדענק פֿון די 6 מיליאָן ייִדן. מיר האָבן דיסקוטירט װיכטיקע היסטאָרישע געשעענישן און אױך די איצטיקע געשעענישן אין דער װעלט, אַרײַנרעכנדיק ישראל און די פּאַלעסטינער מיט דײַמיען אַ לערער פֿון דוד המלך שול 

האָט איר געהאַט אַקטיװיטעטן אױך אין ייִדיש?י 

לעיִלאַ: יאָ, די געשיכטע פֿון בונד און װעגן ייִדיש אין דער צוקונפֿט 

קאַרמען: מיר האָבן אױך געזונגען אַ סך ייִדישע לידער װי צ.ב:"דער רבי עלימלך"; "אַ ניגונדל"; "שײן װי די לבֿנה"; "דאָס איז אמת", "דער לױ פּאָליצײ", "ייִדל מיטן פֿידל". מיר האָבן אױך אַלײן געשריבן ייִדישע לידער פֿאַר דעם געזאַנג פֿעסטיװאַל 

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

***

איז עס געװען אײנע פֿון די בעסטע לאַגערן אין װעלכן איר האָט זיך באַטײליקט?י 

לעיִלאַ: זיכער, די עלטסטע גרופּע האָט זיך געהאַלטן זײער נאָענט, און די העלפֿער זענען געװען קלוג און גוטמוטיק 

קאַרמען: יאָ, די אַטמאָספֿער איז געװען זײער פֿרײַנדלעך און אײגנאַרטיק. יעדער אײנער האָט זיך געפֿילט אַ טײל פֿון אַ גרױסער משפּחה 

װעט איר פֿאָרן אױפֿן ס.ק.י.פֿ לאַגער װידער איבער אַ יאָר?י

 לעיִלאַ: װאָס טראַכסטו, איז דער הױפּט רבֿ אַ ייִד?י אַװדאי װעל איך פֿאָרן!י 

קאַרמען: יאָ, און פֿאַר אַ סך יאָרן אין דער צוקונפֿט -  חבֿרשאַפֿטי  

 

זײַט 1:- נייעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זײַט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון דעצעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון נאָװעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון סעפּטעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"