נומער 9 זייט 2 יאַנואַר 2003 טבֿת, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
דער טעלעטאָן פֿון זשעני לעװינע גאָלדנער אין מעקסיקע
ייִדישע קינדער נעמען אָנטײַל אינעם טעלעטאָן דער טעלעטאָן איז אַ מעקסיקאַנישע אָרגאַניזאַציִע װאָס האָט װי אַן אָביעקטיװ העלפֿן מענטשן װאָס האָבן נישט קײן געלט צו באַצאָלן די קוראַציע װאָס זײ באַדאַרפֿן האָבן. דער טעלעטאָן זאַמלט געלט בײַ מענטשן און גרױסע אָרגאַניזאַציִעס, און זײ באַנוצן דאָס געלט צו פֿונדירן װױן ערטער װוּ מען קען העלפֿן די דאָזיקע מענטשן. כּדי צו זאַמלען דאָס געלט, אַלע יאָרן מאַכן זײ אַן אונטערנעמונג אין װעלכער עס נעמען אָנטײַל אַ סך באַרימטע מענטשן װי זינגערס, אַקטיאָרן און פֿאָרשטײער פֿון פֿאַרשײדענע אינסטיטוציעס, װי באַנקן, געשעפֿטן, פֿאַבריקן, און אַזױ װײַטער. דער גרעסטער שטיצער פֿון דער געשעעניש איז געװען "טעלעװיסאַ". טעלעװיסאַ איז אַ טעלעװיזיִע אָרגאַניזאַציִע, װאָס איז זײער באַרימט אין מעקסיקע, און די אָרגאַניזאַציִע העלפֿט אַ סך מענטשן װאָס דאַרפֿן הילף. דאָס יאָר איז דער ציל געװען צו זאַמלען 207,408,620 פּעסאָס, דורך דעם טעלעטאָן, אָבער עס האָט איבערגעשטיגן דעם ציל און האָט געזאַמלט 217,876,247 פּעסאָס ביטע שרײַבט אַרטיקלען און מיר װעלן זײַ פֿאָרשטעלן אױף אונדזער װעב זײַטל. אַ דאַנק פֿאַר אײַער הילף |
|