נומער 9 זייט 3 יאַנואַר 2003 טבֿת, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
ייִדל מיטן פֿידל
מיט זון און װינט און רעגן, פֿאָרן קלעזמער צװײ אַ חידוש, אױ, אַ חידוש, זאָג װער זענען זײ?י ייִדל מיטן פֿידל, אַריה מיטן באַס דאָס לעבן איז אַ לידל, טאָ װאָזשע זײַן אין כּעס.י הײ, ייִדל, פֿידל, שמידל, הײ, דאָס לעבן איז אַ שפּאַס.י
הײ, דו ציג, דו שוטה, טרױעריק זײַן איז פֿע!י שאָקלט ער דאָס בערדל: "טאַקע, טאַקע פֿע!"י ייִדל...י אַ פֿױגל פֿליט "גוט מאָרגן, גוט מאָרגן, אַ גוט יאָר"י דער טרױער און די זאָרגן צו אַלדע שװאַרצע יאָר!י דעם װינט אַ לאַך אין פּנים, און ייִדל, ייִדל פֿאָר!י ייִדל...י דאָס ליד "ייִדל מיטן פֿידל", איז געשריבן געװאָרן דורך דעם באַליבטן פּאָעט איציק מאַנגער פֿאַרן פֿילם װעלכער טראָגט דעם זעלבן נאָמען. דער פֿילם איז געמאַכט געװאָרן אין יאָר 1936 אין װאַרשע. אין די הױפּט ראָלן שפּילן מאָלי פּיקאָן, לעאָן ליבגאָלד, און מאַקס באָזיק. אַ חוץ זײַענדיק זײער פֿאַרװײַלעריש איז עס אױך אַן אינטערעסאַנטער בליק אױפֿן לעבן פֿון ייִדן אין דעם פֿאַרמלחהמדיקן פּױלן. זעט אױך:-י |
|