נומער 14 זייט 1 יולי 2003 תּמוז, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
יוסף און זײַנער װוּנדערלעכער, טעכני-קאָלירטער טרױם מאַנטל !י דעם 16טן און 17טן יולי, װעט די מוזיקאַלישע שפּיל "יוסף און זײַנער װוּנדערלעכער טעכני-קאָלירטער טרױם מאַנטל" אױפֿגעפֿירט װערן אַלס אַ קאָנצערט אין אונדזער שול. דער סצענאַר און די לידער פֿאָלגן נאָך דער סיפּור-המעשׂה פֿון דער געשיכטע פֿון חומש װעגן יוסף און זײַנע 11 ברידער די זון פֿון יעקבֿ אָבֿינו. עס װעט זײַן זײער זײער גוט, און באַגלײַט דורך אַ פֿײַנער קאַפּעליע װעט עס זײַן נאָך בעסער, עפּעס מיט עפּעס. די רעזשיסאָרין איז רבֿקה אַדקינס. די הױפּט שטערן זײַנען מײַקל בראַדלי אַלס יוסף און לאָראַ העפֿעס איז די נאַראַטאָרין. די אַנדערע שטערן אין דער פֿאָרשטעלונג זענען: די שילער פֿון דער דוד המלך שול, אַרײַנגערעכנט די מחברין פֿון די װערטער! עס װעט זײַן אַ זײער גוטע פֿאָרשטעלונג מיט די בעסטע שול זינגערס!י בילעטן קען מען באַקומען אין שול, $15 פֿאַר דערװאַקסענע און $8 פֿאַר קינדער און שילער.י |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ *** רײזעלע זילבערמאַן **** |
|