"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 14 זייט 2                       יולי   2003                        תּמוז, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

ס.ק.י.פֿ און השומר הצעיִר פֿאַרװײַלן זיך צוזאַמען לכּבֿוד דעם ערשטן מאַיִ !י 

פֿון פֿײגי זילבערמאַן

  

(קװעטשט דאָס בילד)

 

 ס.ק.י.פֿ איז דער סאָציאַליסטישער יוגנט פֿאַרבאַנד פֿון בונד. זײ גלױבן אין "ייִדישקײט", אַ ליבשאַפֿט פֿאַר ייִדיש און ייִדיש לעבן אומעטום; "חבֿרשאַפֿט", די פּראַקטיק פֿון דעמאָקראַטישן סאָציִאַליזם צװישן מענטשן; און "דאָיִקײט", דאָס גלױבן אַז מיר קענען זײַן גוטע ייִדן אין אַלע עקן פֿון דער װעלט און אַז מיר דאַרפֿן העלפֿן אונדזערע ייִדישע קהילות װוּ נאָר מיר געפֿינען זיך. השומר הצעיִר איז אַ ציוניסטישע און סאָציִאַליסטישע יוגנט אָרגאַניזאַציע װאָס גלױבט אַז ישראַל און די װעלט װאָלט געװען בעסער אונטער סאָציִאַליזם, און זײ האָפֿן אַז זײ װעלן מאַכן עליה, באַזעצן זיך אין ישראַל אין דער צוקונפֿט.י  

די עלטערע סקיפֿיסטן זענען געװען צו גאַסט בײם השומר הצעיִר אין מעלבורן, אין דעם בית אַניעלעװיטש הױז, געװידמעט דעם השומר הצעיִר העלד און פֿירער פֿונעם װאַרשעװן געטאָ אױפֿשטאַנד מרדכי אַניעלעװיטש. מיר האָבן געװאָלט האָבן אַן ערשטער מאַיִ אַקטיװיטעט צוזאַמען װײַל דער טאָג איז װיכטיק פֿאַר בײַדע סאָציִאַליסטישע אָראַניזאַציעס. מיר האָבן געשפּילט באַלעם שפּילן און זיך געטײַלט מיט אונדזערע געדאַנקען װעגן אַ סך זאַכן. מיר האָבן געהאַלטן אונדזער אַפּעל און זײ האָבן געהאַלטן זײער אַפּעל. אַלע מיטגלידער פֿון בײַדע אָרגאַניזאַציעס האָבן זיך זײער גוט פֿאַרװײַלט און געלאַכט אַ סך, און מיר האָפֿן אַז מיר קענען זיך װידער טרעפֿן נאָך אַ מאָל אין אַ קורצער צײַט אַרום און קענען װידער רעדן װעגן װאָס מיר גלױבן און טראַכטן.י 

דער ס.ק.י.פֿ  האַלט  אַ װינטער לאַגער פֿונעם 30טן יוני ביז דעם 6 יולי 2003. זײ זײַנען צופֿרידן צו האָבן קינדער און יוגנט פֿון אַלע עקן פֿון דער װעלט, איז אױב איר װילט קומען אױפֿן נאָענסטן ס.ק.י.פֿ לאַגער, אפֿשר אױפֿן גרױסן זומער לאַגער אין דעצעמבער דאָ, שרײבט אונדז און קומט קײן מעלבורן !י

 

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"