"די יונגע גװאַרדיע"
נומער 3, זייט 3 יוליִ 2002 תמוז, תשס"ב
|
"זאָל זײַן" פֿון יוסף פּאַפּיערניקאָװ ,זאָל זײַן, אַז איך בױ אין דער לופֿט מײַנע שלעסער ,זאָל זײַן, אַז מײַן גאָט איז אין גאַנצן ניטאָ ,אין טרױם איז מיר העלער, אין טרױם איז מיר בעסער .אין חלום דער הימל איז בלױער פֿון בלאָ
, זאָל זײַן, אַז כ'װעל קײַן מאָל צום ציל ניט דערלאַנגען ,זאָל זײַן אַז מײַן שיף װעט ניט קומען צום ברעג ,מיר גײַט ניט אין דעם, איך זאָל האָבן דערגאַנגען .מיר גײַט אין גאַנג אױף אַ זוניקן װעג *** אױפֿן װעג שטײַט אַ בױם פֿון איציק מאַנגער אױפֿן װעג שטײַט אַ בױם שטײַט ער אײַנגעבױגן, אַלע פֿײַגל פֿונעם בױם .זענען זיך צעפֿלױגן
דרײַ קײַן מיזרח, דרײַ קײַן מערב, און דער רעשט קײַן דרום, און דעם בױם געלאָזט אַלײַ .ן חפֿקר פֿאַרן שטורעם
זאָג איך צו דער מאַמע: הער, זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן, װעל איך,מאַמע, אײַנס און צװײַ, .באַלד אַ פֿױגל װערן
איך װעל זיצן אױפֿן בױם און װעל אים פֿאַרװיגן איבערן װינטער מיט אַ טרײַסט, .מיט אַ שײַנעם ניגון |
*** *** *** *** *** *** *** *** "די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאַיִ 2002 *** "די יונגע גװאַרדיע" פֿון יוני 2002 *** ***
|