"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 13 זייט 1                      יוני   2003                        סיון, תשס"ג

 

 

 

 

 

 

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

שבועות 

פֿון רײזעלע זילבערמאַן 

שבועות איז דער יום-טוב װאָס פֿײַערט די צײַט װען גאָט האָט געגעבן דאָס ייִדיש פֿאָלק די תּורה.י

(קװעטשט דאָס בילד)

עס איז אַ זײער װיכטיקער צײַט פֿון יאָר און מיר לײענען דאָס בוך פֿון רותּ. אין ישראל, שבועות איז די צײַט פֿון שניט.י  

wpe12.jpg (56321 bytes)

(קװעטשט דאָס בילד)

 שבועות איז אַ פֿרײלעכער יום-טוב און מיר זינגען שײַנע לידער לטובת דעם יום-טוב.י מיר עסן מילכיקע מאכלים, בלינצעס און קעז-קוכן.י

Key Lime

(קװעטשט דאָס בילד)

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(קװעטשט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

****

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

****

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"