"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 13 זייט 2                      יוני   2003                        סיון, תשס"ג

 

 

 

 

 

 

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

This week on BBC2

(קװעטשט דאָס בילד)

אין אַן אַנדערע מעשה ספּײַק דאַרף בלײַבן אין באַפֿיס הױז ביז זײ דערװיסן זיך װאָס צו טאָן מיט אים. דער שלעכטער נערד ענדרו קומט צוריק און דעהרגעט זײַנע פֿרײַנד יאָנאַטאַן, איצט װױנט שױן ענדרו מיט באַפֿי. גילעס קומט צוריק מיט דרײַ מענטשן װאָס קענען װערן װעמפּיר אומברענגער אױב באַפֿי שטאַרבט. זײ זוכן אױס ספּײַק װאָס איז אַ שקלאַף פֿון דער ערשטער שלעכץ. באַפֿי דעהרגעט אַ גרױסן װעמפּיר און געפֿינט ספּײַק. אַניאַ און גילעס גײען צו אַ גרױסן אױג װאָס קאָן זײען אַז דאָס ערשטער שלעכץ קען נישט שטאַרבן, און עס לעבט, און זײ װילן ברענגען באַפֿי צוריק פֿון דער טױט. אין אַן אַנדער מעשה זעען מיר די פּאָטענציעלע װעמפּיר אומברענגערס װי זײ לערנען זיך װי אַזױ צו װערן אַן אומברענגער פֿון װעמפּירס. דאַון מײַנט אַז זי איז אײַנע פֿון די מעגלעכע אומברענגערס, אָבער עס איז נישט געשען. אין אַן אַנדער מעשׂה װילאָו קושט קענעדי אַ מעגלעכער אומברענגער װאָס זעט אױס װי װאַרען, דער מאַן װאָס זי האָט דערהרגעט. בײַם סוף פֿון דער סעריע מעשׂיות איז װילאָו דאָ צוריק נאָך אַמאָל. באַפֿי נעמט ספּײַק צום שפּיטאָל אַרױסצונעמען ספּײַקס טשיפּ פֿון קאָפּ. באַפֿי גײט אַרױס מיט דעם לײַטער, אַ זון פֿון אַן אומברענגערין פֿון װעמפּירס װאָס ספּײַק האָט דערהרגעט. און קסאַנדער גײט אַרױס מיט אַ טײַװל מײדל װאָס אַרבעט פֿאַר דער ערשטער שלעכץ. ענדרו זעט דאָס ערשטע שלעכץ און עס בעט אים צו הרגענען אַלע פֿון די מעגלעכע אומברענגערס פֿון װעמפּירס, אָבער ער זאָגט נײן. מיר װײַסן אַז גילעס איז נישט טױט, אָבער ער קען נאָך זײַן שלעכט.י

****

   

באַפֿי די װעמפּיר אומברענגערין

דער זמן און לעצטער יאָר

(קװעטשט דאָס בילד)

פֿון פֿײגי זילבערמאַן

אַ סך געשערט אין דער סעריע באַפֿי פֿונען אָנהײב פֿונעם זיביטן יאָר פֿון דער טעלעװיזיע סעריע אין אױסטראַליע. מיר װײסן שױן אַז ספּײַק האָט איצט אַ נשמה און ער קומט צוריק צום סאַנידײַל צו װײַזן באַפֿי אַז ער איז אַ גוטער מאַן. אָבער ער האָט געלעבט אונטער דער נײַער הױך-שולע זײער נאָנט צום טױער צום גיהנום און ער װערט משוגע. גילעס אַרבעט צו העלפֿן װילאָו מיט איר פּראָבלעמען מיטן שװאַרצן כּישוף. מיר זעען אַז אַניאַ אַרבעט נאָך אַמאָל אַלס אַ נקמה טײַװל. װילאָו קומט באַלד צוריק צו סאַנידײַל אָבער אין אײַנע פֿון אירע כּישוף קונצן מאַכט זי מען זאָל נישט קענען זען קסאַנדערן, און באַפֿי און דאַון קענען איר נישט זעען. זײ דאַרפֿן געפֿונעם אַ טײַװל װאָס עסט הױט. באַלד דערקענען זײ אײנער דעם צװײטן װען דער טײַװל הײבט אָן צו עסן װילאָו. באַפֿי אַרבעט איצט װי אַ שול העלפֿערין. זי אַרבעט מיט אַ קינד װאָס װײסט אַז זי װעט שטאַרבן פֿרײַטיק. באַפֿי העלפֿט דאָס קינד אָבער זי שטאַרבט אױף פֿרײַטיק פֿון אַ האַרץ פּראָבלעם. אַניאַ װערט משוגע פֿון איר אַרבעט װי אַ נקמה טײַװל. זי דערהרגעט מענטשן און באַפֿי װיל איר הרגענען, אָבער קסאַנדער מײַנט אַז זי איז אַ גוטער מענטש. בײַם סוף פֿון דער מעשה, אַניאַ װערט אױס נקמה טײַװל אָבער אירע נקמה טײַװל מיטאַרבעטער, דעהאָפֿראַן, דערהרגעט אירע טײַװל פֿרײַנט. באַפֿי און דאַון אין אַן אַנדערער מעשה האָבן ליב אַ קינד װאָס האָט אַ פֿאַרכּישופֿטן זשאַקעט. ער הײסט ספּײַק און לעבט איצט מיט קסאַנדער טראָץ דעם װאָס קסאַנדער און ספּײַק האָבן זיך פֿײַנט. אין אַן אַנדערע מעשה, אַלע פֿון די סקוביס רעדן מיט פֿאַרשטאָרבענע מענטשן װאָס זײַנען אין אַמתן דער ערשטער שלעכץ. מיר װײסן איצט אַז ספּײַק מוז דערהרגענען מענטשן, װײַל װען ער טוט דאָס טוט זײַן טשיפּ אין זײַן קאָפּ נישט װײ.י

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"