נומער 13 זייט 5 יוני 2003 סיון, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַ ייִדישע מאַמעס טעלעפֿאָן ענטפֿער-מאַשין: אױב דו װילסט װאַרניטשקעס, קלינג 1י אױב דו װילסט קנישעס קלינג 2י אױב דו װילסט יױך, קלינג 3י אױב דו װילסט קנײדלעך מיט דײַן יױך, קלינג 4י אױב דו װילסט װיסן װי איך פֿיל זיך, האָסטו נישט געקלונגען אױף דעם ריכטיקן נומער, װײַל קײנער פֿרעגט מיך נישט װי איך פֿיל זיך.י *** "אױב דו װאָלסט געװוּסט װאָס איך האָב."י י אַן אַלטע פֿרױ גײַט אַרײַן אין אַ געפּאַקטן אױטאָבוס און שטעלט זיך נעבן אַ זיצנדיקע יונגע פֿרױ און האַלט די האַנט צו איר ברוסטקאַסטן און זי זאָגט צו דער פֿרױ, "אױב דו װאָלסט געװוּסט װאָס איך האָב, װאָלסטו מיר אָפּגעגעבן דײַן פּלאַץ."י די פֿרױ שטײַט אױף און גיט דער אַלטער פֿרױ אָפּ איר זיצאָרט. צען מינוט שפּעטער שטײַט די אַלטע פֿרױ אױף און שרײַט אױס צום אױטאָבוס טרײַבער, "שטעל זיך, איך װיל דאָ אַראָפּגײן!"י דער אױטאָבוס טרײַבער ענטפֿערט איר אַז זי מוז װאַרטן ביז ער פֿאָרט צו צום נאָענסטן אױטאָבוס סטאָפּ, נישט אַראָפּגײן אין מיטן פֿון דער גאַס. האַלט די אַלטע איר האַנט צו איר ברוסטקאַסטן און זאָגט צום אױטאָבוס טרײַבער, "אױב דו װאָלסט געװוּסט װאָס איך האָב, װאָלסטו מיר געלאָזט אַראָפּגײן דאָ."י שטעלט דער אױטאָבוס טרײַבער זיך אָפּ אין מיטן גאַס און עפֿנט די טיר. די אַלטע פֿרױ גײט אַראָפּ פֿונעם אױטאָבוס, און דער טרײַבער קען זיך נישט אײַנהאַלטן און פֿרעגט איר, "מאַדאַם, װאָס האָסטו?"י ענטפֿערט די אַלטע "װאָס איך האָב?י אַ גרױסע חוצפּה האָב איך, דאָס איז װאָס איך האָב!"י און זי גײַט זיך װײַטער.י **** |
װען איך בין געװען אַ קינד, איז מײַן פֿאַמיליע געװען אַזױ אָרעם אַז צו מײַן געבורצטאָג האָב איך באַקומען בלױז נאָך אַ יאָר.י **** סיבות פֿאַר מאָגן קראַנקײטן בײַ ייִדן ראש השונה: פֿרעסן צום גדליה: פֿאַסטן יום כּפּור: מער פֿאַסטן סוכּות: פֿרעסן הושענה רבה: מער פֿרעסן שמכת תּורה: װידער פֿרעסן חודש השון: נישט פֿרעסן און נישט פֿאַסטן גרײַט זיך צו אָבער!י חנוכּה: עסן קאַרטאָפֿל לאַטקעס און פּאָנטשקעס ט"ו ב'שבט: פֿרעסן תּענית אסתר: פֿאַסטן פּורים: עסן המנטאַשן און געבעקס פּסח: פֿרעסן נאָר נישט קײן המץ אָדער געבעקס שבועת: פֿרעסן מילכיקס (קעז-קוכן, בלינצעס)י י"ז תּמוז: פֿאַסטן (זיכער נישט עסן קײן קעז-קוכן אָדער בלינצעס)י תּשעה באב: פֿאַסטן, און טראַכט אַפֿילו נישט װעגן קעז-קוכן אָדער בלינצעס)י חודש אלול: סוף פֿון יאָר.י שרײב זיך אײַן אינעם צענטער פֿאַר מאָגן קראַנקײטן אײדער דער נײַער יאָר קומט װידער אָן...י ****
|
|