נומער 13 זייט 6 יוני 2003 סיון, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
שלום-עליכם רעדאַקטאָרן, איך האָב טײלװײַז געלײַזט דעם פּראָבלעם פֿון לײענען אײַער זשורנאַל דורך מײַן עפּל י-מעק קאָמפּיוטאָר אין ייִדיש. איך האָב באַנײַט מײַן נעצקײַפּ בראָזער אױף נומער 7, און עס װײַזט עס. לײַדער די װאָװן און ייִ קומען אַרױס װי פֿראַגעצײַכנס, מסתּמא װײַל איך האָב נישט דעם אוניקאָד-8 אין מײַן סיסטעם. איך װעל פּראָבירן עס באַקומען און האָפֿנטלעך לײענען "די יונגע גװאַרדיע" אינגאַנצן אין ייִדיש. מיט װאַרעמע ייִדישע גרוסן, מאָרי טײַערער מאָרי, מיר דאַנקען דיר פֿאַר דײַן געדולד און הילף פֿאַר די שפּעצן פֿון עפּל קאָמפּיוטאָרן. מיר װינטשן דיר אַ סך דערפֿאָלג, מיט װאַרעמע ייִדישע גרוסן, די רעדאַקציע *** טײַערע יונגע גװאַרדיִע, איך מיט מײַן שװעסטער מלכּה-לאה װיסװאַנאַט האָבן געלײַזט די פּסח רעטעניש אױפֿן קאָמפּיוטער. מיר שיקן אײַך אַ קאָפּיע. מיר האָבן זײער הנאה געהאַט!י מינאַ-ליפֿשע טײַערע יונגע גװאַרדיע טײַערע מינאַ-ליפֿשע מיר'ן עס אַרײַנשטעלן אין דעם נומער, מיט װאַרעמע גרוסן די רעדאַקציע "די יונגע גװאַרדיע"י
*** דעם לעצטן יאָר אין אױגוסט בין איך געפֿאָרן קײן װילנע, ליטע, אױף דער פֿינפֿטער זומער פּראָגראַם אין ייִדיש. איך האָב דורכגעבראַכט דעם װוּנדערלעכסטן חודש לערנען זיך ייִדיש אין דער אַמאָליקער ירושלים ד'ליטע. אין דער פֿרי, מאָנטיק ביז פֿרײַטיק, זײַנען מיר געװען אין קלאַסצימער. עס זײַנען פֿאַראַן פֿיר מדרגות. אַ העלפֿט פֿון דער צײַט לערנט מען גראַמאַטיק. אינעם אַנדערן העלפֿט לערנט מען ליטעראַטור. די קולטורעלע פּראָגראַם איז געװען זײער אינטערעסאַנט. עס זײַנען געװען רעפֿעראַטן פֿון ייִדן פֿון דער שאַרית-הפּליטה װעגן זײערע איבערלעבונגען אין דער רוסישער אַרמײַ, אָדער װי פּאַרטיזאַנער, אָדער באַהאַלטענע אין סיביר. די רעדעס זײַנען געװען זײער עמאָציאָנעל. די אױספֿלוגן זונטיק צו די מאַסן קבֿורים פֿון פּאָנאַר אין סװענציאַן, צום נײַנטן פֿאָרט װוּ מענטשן זײַנען געשטאָרבן פֿון הונגער, קראַנקײט אָדער נאַגאַנעס-קױלן האָבן אונדז פֿאַרשאַפֿן אַזױ פֿיל צער. נאָכדעם, אין אָװנט האָבן מיר געזונגען לידער פֿון געטאָ און צוגעהערט זיך צו מוזיק פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן און זינגערס. אױף שבת זײַנען מיר געגאַנגען אין שול און נאָכדעם צוזאַמען פֿאַרזאַמלט זיך בײַם שבת טיש װוּ מען האָט געגעסן, דערצײַלט מעשׂוית און געזונגען שבת לידער. איך האָב זיך געטראָפֿן מיט סטודענטן פֿון אַ סך לענדער, ייִדישע און נישט ייִדישע מענטשן. צוזאַמען האָבן מיר דורכגעבראַכט אַן אױסגעצײַכנטע דערפֿאַרונג װאָס מיר װעלן דערמאַנען מיט זיסקײט און װאַרעמקײט. אױב עמעצער װעט זײַן פֿאַראינטערעסירט צו פֿאָרן קײן װילנע, לײַג איך בײַ מײַן בריװ און דעם קאָנטאַקט פֿאַר דעם װילנער ייִדישער פּראָגראַם www.yiddishvilnius.com גרוסן, אַרלין שװאַרץ, סידנעי טײַערע אַרלין שװאַרץ, אַ דאַנק פֿאַר טײַלן זיך מיט אײַערע װוּנדערבאַרע ערפֿאַרונגען אין װילנע און די אינטערעסאַנטע אינפֿאָרמאַציעס. זײַט געזונט, די רעדאַקטאָרן פֿון "די יונגע גװאַרדיע"י ***
|
|