"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 13 זייט 3                      יוני   2003                        סיון, תשס"ג

 

 

 

 

 

 

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

נאָך גרינס 

פֿון אַברהם רײזען 

נאָך צװײַגעלעך, קינדער, 

אין װאַלד לאָזט זיך גײן,י 

און פֿרײלעך מיט לידער כּסדר,יי 

אַזױ װי עס װאָלט אױף דער װעלט 

ניט געװען קײן רבי, 

קײן קאַנטשיק, קײן חדר.י  

נאָך צװײַגעלעך, קינדער, 

נאָך צװײגעלעך גײט,י  

און פּוצט אױס די אָרעמע שטיבלעך;י  

דער װאַלד איז ניט װײַט, 

בײַ דעם שטעטל ער שטײַט 

און קוקט אַזױ װײך, אַזױ ליבלעך.י  

פֿאַרװוּנדערט װעט װערן 

דער אַלטער, דער װאַלד:י  

װאָס טוען דאָ ייִדישע קינדער?-י  

דערצײַלט אים: ס'איז שבועות-

דערצײַלט עס עס אים באַלד,י  

און זאָל אים ניט זײַן צו קײן װוּנדער...י  

און זױמט זיך װאָס לענגער און רײַסט װאָס מער אָן-י  

ניט האָט פֿאַר די טאַטעס קײן מורא:י  

הײַנט מעגט איר אין װאַלד זײַן, 

מ'װעט גאָרנישט אײַך טאָן-י  

עס איז דאָך לכּבוד דער תּורה!י  

שבועות 

פֿון 

דבורה זילבערמאַן  

שבועות איז אַ צײַט פֿאַר עסן

 בלינצעס און קעז.י  

מיר פּוצן זיך אױס און װישן די נעז 

מיר געדענקען װען גאָט 

האָט געגעבן אונדז די תּורה  

דערפֿאַר שרעקן מיר זיך נישט 

און מיר האָבן קײן מורא.י 

 נאָך פּסח זענען מיר געגאַנגען 

צום באַרג סיני  

און גאָט האָט געגעבן משה 

די צען געבאָט.י  

און מיר װעלן לעבן 

מיט די צען געבאָט  

װײַל דאָס האָט אונדז געגעבן גאָט.י 

(קװעטשט דאָס בילד)

****

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"