נומער 13 זייט 4 יוני 2003 סיון, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
רעצעפּט פֿאַר זיסע קעז בלינצעס: בלינצעס אינגרעדיענטן:- 1 טעפּעלע מעל; 1 אײ; 1 עס-לעפֿל בױמל; 1 טעפּעלע מילך; מישט אױס ביסלעכװײַז ביז עס װערט שיטער װי סמעטענע און לאָזט שטײַן אַ האַלבע שעה; זיסער קעז אינגרעדיענטן:- מישט צוזאַמען: 1 טעפּעלע װײַס קעז; 2 עס-לעפֿל מעלעץ/קריסטאַל צוקער; 1 טײ-לעפֿעלע װאַניל סענץ; 1/2 טײ-לעפֿעלע ציטרין/לימענע שאָלעכץ-צעריבן; 2 עס-לעפֿל פּודער צוקער; צוגרײַטונגס מעטאָד: מאַכט די בלינצעס:-י גיסט אַרײַן אײַן עס-לעפֿל בלינצע מישעכץ און פּרעגלט בײדע זײַטן אין אַ פֿאַן/פּאַטעלניצע.י מישט אױס דעם װײַסן קעז, מעלעץ/קריסטאַל צוקער, װאַניל סענץ און ציטרין שאָלעכץ אין אַ שיסל מיט אַ גאָפּל ביז עס איז גוט אױסגעמישט. פֿילט יעדע בלינצע מיט דעם קעז מישעכץ, 1 עס-לעפֿל פֿאַר יעדער בלינצע, מאַכט אַ ראָלקע פֿון יעדע בלינצע און לײגט אין אױװן 350/180 גראַד אַ 15 מינוט, אָדער ביז זײ װערן װאַרעם. שיט דעם פּודער צוקער איבער די בלינצעס, און עסט מיט אַ גוטן אַפּעטיט!י |
אױספֿרעג ל'כּבֿוד דעם געבױרנטאָג יום-יובֿ פֿון מלכּה עליזאַבעט די צװײַטע געפֿײַערט דעם 9 -טן יוני
1. װען איז די מלכּה עליזאַבעט געבױרן געװאָרן? אַ. 3 -טן דעצעמבער 1800; ב. 45 -טן יולי 1975; ג. 22 -טן יאַנואַר 2003; ד. 21 -טן אַפּריל 1926 2. װאָס איז די מלכּהס מיטל נאָמען? אַ. שׂרה; ב. דידרי; ג. אַלעקסאַנדרע; ד. מירע 3. װער איז געװען די מלכּהס מאַמע? אַ. אַסטר המלכּה; ב. גערי דעם קיניגן; ג. עליזאַבעט; ד. פֿרעדאַ 4. װיפֿל קינדער האָט די מלכּה געהאַט? אַ. 4; ב. 20; ג. 10; ד. 1 5. װער האָט געלערנט די מלכּה װען זי איז געװען אַ קינד? אַ. איר מאַמע; ב. איר טאַטע; ג. איר שװעסטער מאַרגאַרעט; ד. לערערין גוגענהײַם 6. װען איז געװען די מלכּהס 50 -טער יובילײ? אַ. 2003; ב. 1992; ג. 1970; ד. 2002 7. װען איז געװען די מלכּהס 25 -טער יובילײ? אַ. 1992; ב. 1988; ג. 1945; ד. 1977 8. װען איז געװען די מלכּהס 40 -טער יובילײ? אַ. 1991; ב. 1993; צ. 1995; ד. 1992 9. װען איז געװען די מלכּה און דעם פּרינץ פֿיליפּס 50 -טער חתונה יובל? אַ. 1993; ב. 2005; ג. 1999; ד. 1997 10. װעלכע פֿון די חיות האָדעװעט די מלכּה? אַ. פֿערד; ב. הונט; ג. פֿיש; ד. מױז |
|