"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 2, זייט 2                                יוניִ 2002                              סיון, תשס"ב

" פֿאַרװאָס איך לערן זיך ייִדיש "

פֿון פֿײגל זילבערמאַן 

די ערשטע שפּראַך איך האָב געלערנט איז געװען ייִדיש. דאָס איז געװען די שפּראַך װאָס מײַנע עלטערן האָבן געװאָלט איך זאָל קענען. נישט ענגליש, װאָס אַלע אַרום מיר האָבן גענוצט נאָר ייִדיש. פֿאַר אַ סך יאָרן איז דאָס געװען די אײַנציקע שפּראַך װאָס איך האָב גענוצט װען איך האָב גערעדט מיט מענטשן װאָס האָבן אױך געקענט ייִדיש.ש 

שלום עליכם

עס איז אַ שײנע שפּראַך, אַ שפּראַך מיט אַ שײנע היסטאָריִע, און אַ גרױסע ליטעראַטור װאָס איז אױך זײער שײן. איר קענט ניט געפֿינען שרײַבערס װי שלום עליכם אָדער י ל פּרץ אין ענגליש. די ליטעראַטור גיט מיר אַ בילד פֿון צײַטן װען ייִדן זײַנען געװען ניט אַזױ שלעכט צו אַנדערע ייִדן, און אױך ניט צו פֿרעמדע מענטשן.ן

 

י ל פּרץ

עס איז זײער װיכטיק צו לערנען די שפּראַך אין אונדזער צײַט. הײַנט װילן אַ סך מענטשן פֿאַרגעסן די שפּראַך װאָס ייִדן האָבן גענוצט פֿאַר איבער הונדערטער יאָרן. עס איז װיכטיק צו געדענקען די שפּראַך און אױך די צײַט װען ייִדן האָבן עס גענוצט װי אַן ערשטע שפּראַך. עס איז אַ שײנע שפּראַך, פֿאַר שײנע מענטשן.ן

***

שׂרהלע און דאָס טאַנץ שול 

פֿון רײַזעלע זילבערמאַן

אַמאָל איז געװען אַ מײדל װאָס האָט זײער ליב געהאַט צו טאַנצן. איר נאָמען איז געװען שׂרהלע. אױף אַלע גאַסן װאַו זי איז גגעגאַנגען, האָט זי געטאַנצט.ט 

אײן מאָל האָט שׂרהלע געטאַנצט אין גאַס און איר פֿרײַנד איז צוגעשפּרונגען און האָט געזאָגט צו איר אַז זי װאָלט געװאָלט אַז זי זאָל גײן אין אַ טאַנץ שול.ל 

האָט שׂרהלע געפֿרעגט איר מאַמע צי זי װאָלט געקענט גײן אין אַזאַ טאַנץ שול און איר מאַמע האָט געלאָזט איר גײן. שׂרהלע איז געװען זײער צופֿרידן און זי האָט פֿרײלעך געטאַנצט פֿון דאַן אָן.ן 

זייט 1:- נייעס

***

זייט 2:-אַרטיקלען

***

זייט 3:-לידער

***

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

***

זייט 5:-װיצן

***

זייט 6:-בריװ

***

זייט 7:-רעדאַקציִע

***

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

***

"די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאַיִ 2002 

***

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

***