"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 2, זייט 5                                יוניִ 2002                              סיון, תשס"ב

(האָבנדיק געלײַנט די כעלעמער מעשיות אין קלאַס)

אַ כעלעמער מעשׂה פֿון אױסטראַליע.

אַ כעלעמער איז קױם מיט צרות נאָך פֿיר װאָכן אױפֿן ים אָנגעקומען פֿאַר תשעה באַב קײַן אױסטראַליע.עטרעפֿט ער אַ היגן ייִד, זאָגט אים דער היגער, "איר װײסט אַז דאָ אין אױסטראַליע איז אַלץ אַנדערש, אױף קאַפּױער צו כעלם." "װאָס הײסט?", פֿרעגט אים דער כעלעמער. ענטפֿערט אים דער ייִד, "װען אין כעלם איז זומער איז דאָ װינטער, און איצט הײבט זיך אָן דער זומער." "אױב אַזױ", זאָגט דער כעלעמער איז דאָך גאָר גוט. כ'װעל פֿאַרשפּאָרן פֿאַסטן תשעה באַב און יום-כיפּור און באַלד פּראַװען שימכת תורה, חנוכה, פּורים און פּסח.ן

די כעלעמער אין פּאַריז 

אַז די כעלעמער זײַנען געקומען קײַן פּאַריז, איז זײ די שטאָט זײַער און זײער געפֿעלן געװאָרן. מער פֿון אַלץ זײַנען זײַ אָבער באַגײַסטערט געװאָרן פֿונעם אײַפֿל-טורעם. אײן זאַך איז אָבער נישט אַזױ גוט. סײַ װינטער, סײַ זומער, שטײַט ער אַ הױלער און אַ נאַקעטער, און קען נאָך הלילה ינגאַנצן פֿאַרזשאַװערט װערן. װאָבן די כעלעמער באַשלאָסן אױפֿצונײַען פֿאַרן טורעם אַ לײַװנטענע ציכל מיט לעכלעך און מיט קנעפּלעך װי ס'באַדאַרפֿט צו זײַן.ן

 

זייט 1:- נייעס

***

זייט 2:-אַרטיקלען

***

זייט 3:-לידער

***

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

***

זייט 5:-װיצן

***

זייט 6:-בריװ

***

זייט 7:-רעדאַקציִע

***

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

***

"די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאַיִ 2002 

***

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

***