נומער 12 זייט 1 מאַי 2003 אײר, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
שולם עליכם פֿון רײזעלע זילבערמאַן שולם עליכם איז געװען אַ ייִדישער שרײַבער. זײַן אמתער נאָמען איז געװען שולם ראַבינאָװיטש. ער איז געבױרן געװאָרן דעם 18-טן פֿעברואַר, אינעם יאָר 1859. ער האָט געשריבן פֿינף לאַנגע ביכער, אַ סך שפּילן און אַ דרײַ-הונדערט קורצע מעשות. ער איז געװען זיבן און פֿופֿציק יאָר אַלט װען ער איז געשטאָרבן אין אַמעריקע אין ניו-יאָרק דעם 13-טן מאַי 1916. ער איז געװען אַ װוּנדערבאַרער שרײַבער און מען װעט אים אײביק געדענקען *** אונדזער גרױסער און באַליבטער קלאַסיקער שלום עליכם האָט אין זײַן צװאה געבעטן אַז צו זײַן יאָרצײַט זאָלן זײַנע לײענער אים נישט באַװײנען נאָר אַנשטאָט זיך צוזאַמענקומען און לײענען אײַנע פֿון זײַנע פֿרײלעכע דערצײַלונגען. און אַזױ װי דער 13 טער מאַי איז אױסגעפֿאַלן זײַן יאָרצײַט האָבן מיר עס געטאָן |
! ברוך-הבא ! שלום עליכם זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ **** רײזעלע זילבערמאַן **** |
|