נומער 12 זייט 2 מאַי 2003 אײר, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
לאָנדאָן, װאָס ברענסטו נישט? פֿון שלום עליכם זינט איך לעב, בין איך נישט געװען אױף אַזאַ יריד, װי אין לאָנדאָן. נישט אין לאָנדאָן איז אַ יריד, נאָר לאָנדאָן אַלײן איז אַ יריד. סע קלאַפּט און סע קלינגט און סע פֿײַפֿט און סע טראַסקעט, און מענטשן - מענטשן אַזױ װי מאָן, אַזױ װי מערעשקעס! דאָס איז דער אָנהײב פֿון שלום עליכם'ס שײנע און קאָמישע מעשה װעגן מאָטל פּײסי דעם חזנס באַזוך אין לאָנדאָן. קענט איר עס? אונדזער גרױסער און באַליבטער קלאַסיקער שלום עליכם האָט אין זײַן צװאה געבעטן אַז צו זײַן יאָרצײַט זאָלן זײַנע לײענער אים נישט באַװײנען נאָר אַנשטאָט זיך צוזאַמענקומען און לײענען אײַנע פֿון זײַנע פֿרײלעכע דערצײַלונגען. און אַזױ װי דער 13 טער מאַי איז אױסגעפֿאַלן זײַן יאָרצײַט האָבן מיר געלײַענט זײַן דערצײַלונג "לאָנדאָן, װאָס ברענסטו נישט?" און גרױס הנאה געהאַט, און גלײַכצײַטיק אױסגעפֿירט שלום עליכם'ס װוּנטש! מיר רעקאָמענדירן די דערצײַלונג אַלעמען, מען קען עס לײענען מיט פֿאַרגעניגן צו יעדער צײַט נישט בלױז לכּבֿוד שלום עליכמס יאָרצײַט
|
בלאָע ברידער: איז נאָך אַלץ דאָס װאָרט פֿון דבורה זילבערמאַן רעזשי: דזשאָן לעדיס: הױפּט ראָלעס: דזשאָן בעלושי, דאַן אַקרױד, דזשײַמס בראַון, קעב קאַלאָעװײַ, רײַ טשאַרלס, קערי פֿישער, אַריטאַ פֿראַנקלין, הענרי גיבסאָן, און די בלאָע ברידער קאַפּעליע. פֿאַרן עלטער: 15 יאָר פּלוס. דער פֿילם די בלאָע ברידער געדרײַט אין 1980 איז געװען און פֿאַרבלײַבט אַן אױסגעצײַכנטע מוזיקאַלישע קאָמעדיע װעגן צװײַ ברידער, דזשײַק (דזאַהאָן בעלושי) און עלװוּד (דען עקרױד). װען דזשײַק װערט באַפֿרײַט פֿון טורמע פֿאַר גוט אױפֿפֿירן זיך, איז ער און זײַן ברודער עלװוּד אױף געהאַקטע צרות. זײַ מוזן געפֿינען $5000 פֿאַרן יתומים הױז װוּ זײ האָבן פֿאַרבראַכט זײער קינדהײט, זײ זאָלן קענען באַצאָלן די שטײַערן. כּדי דאָס צו טאָן מוזן זײ צוזאַמענברענגען די אַלטע בלאָע ברידער קאַפּעליע צו פֿאָרצושטעלן און פֿאַרדינען געלט פֿאַר דעם צװעק. עס זענען אױך פֿאַראַן ראָמאַנסן צװישן דזשײַק און זײַן באַשערטע קערי און עלװוּד װען ער באַגעגנט אַ שײַנע פֿרױ, די מאָדעלקע טװיגי. אַ צװײַטער פֿילם װעגן די בלאָע ברידער איז אױך געמאַכט געװאָרן שפּעטער, אָבער דער ערשטער פֿילם איז מער אינטערעסאַנט, מער מוזיקאַליש און קאָמיש. איך האַלט אַז די בלאָע ברידער איז אַ קאָמישער און פֿאַרװײַלערישער פֿילם און די לידער זענען לײַכט נאָכצוזינגען. אַ חוץ די זידלערײַען און שלעכטע שפּראַך, איז עס אַ זײער גוטער פֿילם. פֿיר און אַ האַלב שטערן
|
|