נומער 12 זייט 6 מאַי 2003 אײר, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
שלום-עליכם רעדאַקטאָרן, איך האָב טײלװײַז געלײַזט דעם פּראָבלעם פֿון לײענען אײַער זשורנאַל דורך מײַן עפּל י-מעק קאָמפּיוטאָר אין ייִדיש. איך האָב באַנײַט מײַן נעצקײַפּ בראָזער אױף נומער 7, און עס װײַזט עס. לײַדער די װאָװן און ייִ קומען אַרױס װי פֿראַגעצײַכנס, מסתּמא װײַל איך האָב נישט דעם אוניקאָד-8 אין מײַן סיסטעם. איך װעל פּראָבירן עס באַקומען און האָפֿנטלעך לײענען "די יונגע גװאַרדיע" אינגאַנצן אין ייִדיש. מיט װאַרעמע ייִדישע גרוסן, מאָרי טײַערער מאָרי, מיר דאַנקען דיר פֿאַר דײַן געדולד און הילף פֿאַר די שפּעצן פֿון עפּל קאָמפּיוטאָרן. מיר װינטשן דיר אַ סך דערפֿאָלג, מיט װאַרעמע ייִדישע גרוסן, די רעדאַקציע *** טײַערע יונגע גװאַרדיִע, איך מיט מײַן שװעסטער מלכּה-לאה װיסװאַנאַט האָבן געלײַזט די פּסח רעטעניש אױפֿן קאָמפּיוטער. מיר שיקן אײַך אַ קאָפּיע. מיר האָבן זײער הנאה געהאַט!י מינאַ-ליפֿשע טײַערע יונגע גװאַרדיע טײַערע מינאַ-ליפֿשע מיר'ן עס אַרײַנשטעלן אין דעם נומער, מיט װאַרעמע גרוסן די רעדאַקציע "די יונגע גװאַרדיע"י
*** דעם לעצטן יאָר אין אױגוסט בין איך געפֿאָרן קײן װילנע, ליטע, אױף דער פֿינפֿטער זומער פּראָגראַם אין ייִדיש. איך האָב דורכגעבראַכט דעם װוּנדערלעכסטן חודש לערנען זיך ייִדיש אין דער אַמאָליקער ירושלים ד'ליטע. אין דער פֿרי, מאָנטיק ביז פֿרײַטיק, זײַנען מיר געװען אין קלאַסצימער. עס זײַנען פֿאַראַן פֿיר מדרגות. אַ העלפֿט פֿון דער צײַט לערנט מען גראַמאַטיק. אינעם אַנדערן העלפֿט לערנט מען ליטעראַטור. די קולטורעלע פּראָגראַם איז געװען זײער אינטערעסאַנט. עס זײַנען געװען רעפֿעראַטן פֿון ייִדן פֿון דער שאַרית-הפּליטה װעגן זײערע איבערלעבונגען אין דער רוסישער אַרמײַ, אָדער װי פּאַרטיזאַנער, אָדער באַהאַלטענע אין סיביר. די רעדעס זײַנען געװען זײער עמאָציאָנעל. די אױספֿלוגן זונטיק צו די מאַסן קבֿורים פֿון פּאָנאַר אין סװענציאַן, צום נײַנטן פֿאָרט װוּ מענטשן זײַנען געשטאָרבן פֿון הונגער, קראַנקײט אָדער נאַגאַנעס-קױלן האָבן אונדז פֿאַרשאַפֿן אַזױ פֿיל צער. נאָכדעם, אין אָװנט האָבן מיר געזונגען לידער פֿון געטאָ און צוגעהערט זיך צו מוזיק פֿון ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן און זינגערס. אױף שבת זײַנען מיר געגאַנגען אין שול און נאָכדעם צוזאַמען פֿאַרזאַמלט זיך בײַם שבת טיש װוּ מען האָט געגעסן, דערצײַלט מעשׂוית און געזונגען שבת לידער. איך האָב זיך געטראָפֿן מיט סטודענטן פֿון אַ סך לענדער, ייִדישע און נישט ייִדישע מענטשן. צוזאַמען האָבן מיר דורכגעבראַכט אַן אױסגעצײַכנטע דערפֿאַרונג װאָס מיר װעלן דערמאַנען מיט זיסקײט און װאַרעמקײט. אױב עמעצער װעט זײַן פֿאַראינטערעסירט צו פֿאָרן קײן װילנע, לײַג איך בײַ מײַן בריװ און דעם קאָנטאַקט פֿאַר דעם װילנער ייִדישער פּראָגראַם www.yiddishvilnius.com גרוסן, אַרלין שװאַרץ, סידנעי טײַערע אַרלין שװאַרץ, אַ דאַנק פֿאַר טײַלן זיך מיט אײַערע װוּנדערבאַרע ערפֿאַרונגען אין װילנע און די אינטערעסאַנטע אינפֿאָרמאַציעס. זײַט געזונט, די רעדאַקטאָרן פֿון "די יונגע גװאַרדיע"י *** חשובֿע רעדאַקטאָרן שלום עליכם, מיר שרײַבן אײַך נאָר צו דערצײלן װעגן אונדזערע סבֿיבֿה אין כאַרקאָװ, אוקראַיִנע. מיר האָבן דאָ צװײ לערן-גרופּעס. די ערשטע אַרבעט שױן פֿון סעפּטעמבער 2002, און די צװײטע איז אַן אָנהײבערס גרופּע. מיר דאַרפֿן שמועסן מיט אַנדערע ייִדישיסטן, אָבער מיר האָבן ניט קײן ייִדישיסטן דאָ אין כאַרקאָװ, נאָר מיר. אױב האָט איר אַ מעגלעכקײט צו פֿאַרבינדן אונדז מיט אַלע מענטשן, װעלכע זײַנען פֿאַרינטערעסירט אין שמועסן מיט אונדז אָדער אין אינפֿאָרמאַציִע װעגן אוקראַיִנער ייִדישיסטן, אָט זײַנען אונדזערע אַדרעסן . shulamith_2002@hotmail.com -יעניע לאָפּאַטניק, אונדזערע אָנפֿירערקע, לערערין אין ערשטע גרופּע natashkele@yahoo.com - נאַטאַליִאַ טישקעװיצה, ייִדישע זינגען-סטודיִע פֿירערקע mishpokhe@yandex.ru - עללינאַ טולפּער, אונדזערע סאַמע גוטע סטודענטקע. און איך, יורעק יאַצובאָװ, לערער אין אָנהײבערס גרופּע. װאַרטן מיר פֿאַר אײַער ענטפֿער, מיט האַרצעדיקע גרוסן, כאַרקאָװ ייִדיש קלוב. טײַערע פֿרײַנט פֿון ייִדיש פֿון כאַרקאָװ, מיר באַגריסן אײַער מי און אינטערעס אין מאַמעלאָשן. בלײַבט אין קאָנטאַקט און זײַט מצליח, אײַערע פֿרײַנד פֿון אױסטראַליע די רעדאַקטאָרן פֿון "די יונגע גװאַרדיע"י *** חשובֿע רעדאַקטאָרן אַ גרױסן דאַנק, טײַערע פֿרײַנד, ייִשר-כּוח! איך האָב שױן געמאַכט אַ פֿאַרבינדונג מיט אײַך סײַ אױפֿן װעבזײַטל פֿון דער נאַציִאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור http://www.yiddish.org.il, סײַ אױף מײַן פּערזענלעכן רוסיש-שפּראַכיקן זײַטל http://shlomo-groman.narod.ru, און אױך געשריבן װעגן אײַך פֿאַר רוסיש-שפּראַכיקע צײַטונגען "נאָװאָסטי נעדעלי" (תּל-אַבֿיבֿ) און "פֿאָרװערטס" (ניו יאָרק). גוט יום-טובֿ שלומה גראָמאַן טײַערער פֿרײַנד גראָמאַן, אַ האַרציקן דאַנק אײַך פֿאַר אײַער מי אין פֿאַרשפּרײַטן די ידיעות װעגן אונדזער צײַטשריפֿט. זײַט געזונט, די רעדאַקטאָרן פֿון "די יונגע גװאַרדיע"י *** חשובֿע רעדאַקטאָרן איך װױן אין ישראל, אָבער מיר איז זײער שװער צו לײענען ייִדיש. איך בין געבױרן אין ישראל אָבער איך האָב זיך נישט געלערנט ייִדיש. מײַן מאַמע ז"ל איז געבױרן געװאָרן אין פּױלן און איך פֿלעג רעדן מיט איר ייִדיש אָבער זי לעבט שױן נישט, און איך האָב נישט מיט װעמען צו רעדן ייִדיש און איך האָב פֿאַרגעסן די שפּראַך. איך פּראָביר לײענען אײַער צײַטונג, אָבער ס'איז מיר זײער שװער. איך שרײב נישט אַזױ גוט אין ייִדיש, אָבער איך רעדט עבריתּ. איך בין נישט אַזױ יונג און איך האָב זײער ליב ייִדיש אָבער עס פֿעלן מיר אַ סך װערטער. דבורה פֿון דער שטאָט כּפֿר סבאַ אין ישראל טייערע
דבורה א
שיינעם דאנק
פאר דײַן
בריוו. דײַן
געשריבענער
יידיש איז
נישט שלעכט
און גרינג צו
פארשטיין.
אין ישראל
זענען פאראן א
סך
מעגלעכקייטן
צו טרעפן זיך
מיט יידיש
רעדנדיקע
מענטשן, יונגע
און עלטערע.
איך וויל דיר
מונטערן צו
האַפן א בליק
אויף דאָס וועב
זײַטל פון דער
יידישער
אינסטאנץ אין
ישראל. דאָרט
זענען פאַראַן
פיל קאָנטאַקטן
און
פאַרבינדונגען
פאַר מענטשן
פאַרינטערעסירט
אין מאַמע-לשון. איך
ווינטש דיר א
סך מזל און
אויסדויער
מיט לערנען
זיך און רעדן
יידיש, עס איז
א רײַכע און
הערלעכע
שפראַך און עס
איז ווערט
אונדזער מי. מיט
האַרציקע
גרוסן, די רעדאַקציע "די יונגע גװאַרדיע"י
, טײַערע רעדאַקטאָרן דאָ איז דאָ נאָך אַן אַנדער אַרטיקל װעגן דעם "טעלעטאָן", פֿון דזשעני לעװינע פֿאַר די יונגע גװאַרדיִע... די קומענדיקע אױסגאַבע פֿון "דאָס נײַע דור" װערט געדריקט אין פֿעברואַר, אַז שיקט מיר אַרטיקלען אױך... אַרטוראָ קערבעל, מעקסיקע *** , טײַערע רעדאַקטאָרן איך האָב באַמערקט אַז אױף אײַער זײַטל 8 איז ניטאָ קײן אַדרעס פֿונעם ייִדישן פֿאָלקסצענטערס װעב-בלאַט אין סידנעי. איך מײַן אַז עס קען זײַן אינטערעסאַנט פֿאַר סטודענטן פֿון ייִדיש, װײַל עס זענען דאָרטן דאָ אי מעשות אי באָבע-מעשיות אױף ייִדיש אַ גרוס, דאַן גודרידזש טײַערער פֿרײַנד גודרידזש, מיר'ן עס אַרײַנשטעלן אין דעם נומער, מיט װאַרעמע גרוסן די רעדאַקציע "די יונגע גװאַרדיע"י *** חשובֿע, טײַערע רעדאַקטאָרן י"דאָס נײַע דור" װאַרט נאָך דרוקן צו װערן, װײַל מיר דאַרפֿן קלאָר מאַכן עטלעכע זאַכן מיט דעם דירעקטאָר פֿון אונדזער מיטלשול װײַל ס'זעט אַזױ װי קײנער אין מײַן שולע איז נישט פֿאַראינטערעסירט... אױב "דאָס נײַע דור" שטאַרבט, זאָרגט זיך נישט, װײַל מיר װעלן אָנטײל נעמען מיט אײַך אין "די יונגע גװאַרדיִע".זײַט זיכער אַז איך װעל קעמפֿן מיט אַלע כּוחות עס זאָל ניט אונטערגײן!י כ'האָב שױן באַמערקט אַז אױב כ'װיל מאַכן "דאָס נײַע דור", דאַרף איך זאַמלען דעם מאַטעריאַל פֿאַר דעם זשורנאַל אַנשטאָט צו קעמפֿן...י מיט פֿרײַנדשאַפֿט, אַרטוראָ קערבעל-שײן, אַלגעמײנער דירעקטאָר פֿון "דאָס נײַע דור"י טײַערער אַרטוראָ, מיר מײנען אַז דו ביסט גערעכט, אַז מען דאַרף קודם-כּל זאַמלען מאַטעריאַלן, דאַן קומט דער קאַמף אָן גרינגער, זײַט מצליח מיט קאָלעגישע גרוסן,ן די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיע"ן *** חשובֿע רעדאַקטאָרן מאָרגן, מאָנטיק דעם 30סטן סעפּטעמבער, װעט דער צװײטער נומער פֿון "דאָס נײַע דור" הײבן אָן צו פֿאַרפֿאַרטיקן.זײַט אַזױ גוט, פֿאַרגעסט נישט װעגן די אַרטיקלען פֿון די אױסטראַלישע יוגנט כּדי דאָס נײַע דור מעקסיקע, זאָל שױן װערן דאָס נײַע דור מעקסיקע-אױסטראַליִע. כ'װאָלט אױך געװאָלט אַז מיר זאָלן פֿאַראײניקן "כּוחות" כּדי צו "ע-מאַיִלן" קאַנאַדע און אַז דאָס אַלץ זאָל װערן דאָס נײַע דור מעקסיקע-אױסטראַליִע-קאַנאַדע. לאָמיר אַרבעטן פֿאַר ייִדיש!י דאָס נײַע דור מעקסיקע חשובֿע רעדאקטאָרן װאָלט מען געקענט האָבן יעדער נומער אין אַ PDF טעקע כּדי מען זאָל עס קענען אָפּדרוקן? נאָך אײן זאַך.....ס'איז אַ ביסל שװער צו לײענען די "איטאַליקס" אױפֿן עקראַן. אַדאַם װײַטמאַן,ניו יאָרק פֿון דער רעדאַקציע:- דערװײַל דרוקן מיר זיך ניצנדיק נאָר Unicode UTF-8, און מען קען אָפּדרוקן אונדז אױך אַזױ פֿון דעם עקראַן. װעגן "איטאַליקס"... מסכּים, מען װעט עס נוצן װינציקער.. מיט קאָלעגישע גרוסן,ן די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיע"ן %%% חשובֿע רעדאַקטאָרן איך בין אַרטוראָ קערבעל פֿון "דאָס נײַע דור".ן איך בין אַזױ פֿרײלעך איר האָט געענטפֿערט! איך האָף אַז דאָס װאָס מיר זאָלן אָנהײבן זאָל זײַן אַן אינטערעסאַנטער און פֿרוכטבאַרער באַציונג צװישן ענגליש/ייִדיש-רעדערס און שפּאַניש/ייִדיש-רעדערס. איך האָב שױן דערמאָנט אַז איר װױנט אין דער דרום העמיספֿער און מיר אין דער צפֿון העמיספֿער, דערפֿאַר, זײַנען מיר אין פֿאַרשײדענע סטאַציעס. מיר זײַנען נאָר אַרױס פֿון שול. איך שיק אײַך צװײ "אַטאַטשמענטס" מיט דעם בליץ בריװ, װוּ עס געפֿינט זיך די גאַנצע אינפֿאָרמאַציִע װעגן "דאָס נײַע דור"... די שרײַבערס-ראַט אָדער דער הױפּט-קאָמיטעט איז אַ "דערװײַליקער", אַקאָרשט װעלן די רעפּרעזענטאַנטן פֿון יעדער לאַנד װאָס זאָל אָנטײל נעמען צושטײן צו דעם הױפּט-קאָמיטעט. דאָס מײנט נישט אַז יעדער זאָל קענען שרײַבן! אין אױגוסט, װעלן 700 קאָפּיעס זײַן געדריקט און אַװדאי װעל איך אײַך שיקן עטלעכע בײַשפּילן כּדי איר זאָלט זײַן מער זיכער אַז איר װילט אָנטײל נעמען מיט "דאָס נײַע דור". מיר װעלן אײַך שיקן אַ דיסקעט אָדער דורך אינטערנעט אַלע אַרטיקלען כּדי איר זאָלט קענען דריקן אײַער אײגענע װערסיע פֿון "דאָס נײַע דור". מיר װעלן באַלד האָבן אַ װעב-בלאַט, געמאַכט פֿון דניאל נוריִיעװ, 21 אָדער 22, פֿון ישׂראַל. און, אױב איר װילט, אָדער װינטשט עס, מיר, די מעקסיקאַנע ייִדיש-רעדנדיקע יוגנט, קען שרײַבן פֿאַר אײַער זשורנאַל אָדער װעב-זײַטל אַרטיקלען װעגן װאָס איר װילט! און אַװדאי, איר קענט שרײַבן װעגן װאָס איר װילט און אַזױ װעט מען האָבן צװײ "װעלטלעכע" ייִדישע זשורנאַלן! אַגבֿ איך האָב אַן אַנדער ציל: אַרײַנצוציִען קאַנאַדע, ליטע און ארץ ישראַל צו מײַן אָדער אונדזער פּראָיעקט, איך װײס נישט אױב איר אױך װילט קאַנאַדע אָדער/און מעקסיקע זאָלן זיך באַטײליקן אין אײַער פּראָיעקט. אָבער די אײנציקע זאַך װאָס איך װינטש, איז אַז "דאָס נײַע דור" זאָל זײַן געדריקט אין אײַער לאַנד, און אױב מע קען, אַז אײַער זשורנאַל זאָל אױך זײַן געדריקט דאָ װײַל דאָס איז אַ באַשלוס פֿון מײַן שול װײַל "דאָס נײַע דור" איז אָפּהענגיק פֿון מײַן שול, נישט פֿון אַ ספּעציִעלע אָרגאַניזאַציִע.ן אַ דאַנק! און שרײַבט צוריק! מיט פֿרײַנדשאַפֿט:ן אַרטוראָ קערבעל.ן פֿון דער רעדאַקציע:- טײַערער אַרטוראָ און מיטגלידער פֿון "דאָס נײַע דור"ו.ן מיר די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיִע" באַגריסן אײַער פֿײַנעם פּראָיעקט און װינטשן אײַך הצלחה און מזל. מיר װאָלטן זיכער געװאָלט אָנטײַל נעמען אין אײַער פּראָיעקט און באַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און אַזױ װײַטער. און מיר לײַדן אײַך אײַן טאָן דאָס זעלבע דאָ. אונדזער זשורנאַל װעט בלױז דערשינען אױף דער אינטערנעט װײַל מיר האָבן נישט קײַן פֿאָנדן צו דריקן עס, אָבער מיר װאָלטן גערן געװאָלט העלפֿן "דאָס נײַע דור" זאָל דערשינען אין אױסטראַליע. זײַט מצליח און בלײַבט אין קאָנטאַקט.ן מיט קאָלעגישע גרוסן,ן די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיע"ן
&&& חשובֿע רעדאַקטאָרן איך הײס מינע-ליפֿשע װישװאַנאַט. איך בין דרײַצן יאָר אַלט. איך פֿלעג גײן אין "פּריפּעטשיק" - די שול אין ניו-יאָרק פֿאַר קינדער װאָס רעדן שױן ייִדיש. מײַן זײדע איז מרדכי שעכטער. איך גײ אין מאַ'אַיִאַנאָט - אַ ישיבֿה פֿאַר מײדלעך. איך װױן אין ניו-דזשערזי. יעדן יאָר גײ איך אױף דער ייִדיש-װאָך מיט אַלע מײַנע ייִדיש-רעדנדיקע חברטעס. איך האָב גרױס הנאה דערפֿון. איך בין קײן מאָל נישט געװען אין אױסטראַליִע, אָבער איך װאָלט געװאָלט אַמאָל באַזוכן דאָס לאַנד. אין דער הײם רעד איך נאָר ייִדיש מיט מײַן מאַמע, אָבער איך רעד טאַמיל, אַן אינדישע שפּראַך, מיט מײַן טאַטע. איך קען לײענען און שרײַבן בײדע שפּראַכן. מײַן בליצפּאָסט אַדרעס איז meena1125@yahoo.com. מינע-ליפֿשע װישװאַנאַט *** חשובֿע רעדאַקטאָרן נאר ערשט האָב איך געזען דעם צווייטן נומער פֿון "די יונגע גווארדיע" און איך וויל אויסדריקן אַ ריינהארציקן מזל-טובֿ צו אַלע וואָס האָבן אַרויסגעגעבן אַזא שיינע אויסגאַבע. עס גיט אונדז אַ וואַרעמע געפֿיל אין דער נשמה וויסן אַז די סטודענטן פֿונעם מלך דוד קאָלעדזש ניט נאָר לערנען זיך ייִדיש, אָבער אויך האָבן אַזאַ גרויסע הצלחה! אַ יישר-כוח! דניאל גודרידזש, דער ייִדישער פאָלקס צענטער אין סידנעי
*** שלום עליכם פֿון ירושלים. ס'שרײַבט אײַך משה גאָנטשאַראַק פֿון ישראַל. כ'בין 39 יאָר אַלט, און איך אַרבעט אין צענטראַלן ציוניסטישן אַרכיװ. איך בין געבױרן געװאָרן אין רוסלאַנד אין לענינגראַד, זינד 1990 װױן איך אין ישראַל. מײַנע װיסנשאַפֿטלעכע טעמע איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַנאַרכיסטישער באַװעגונג. איך בין אײַנער פֿון די רוסן-רעדנדיקער ייִדישיסטן, זעט די אינטערנעץ זײַט: www.jewniverse.net מיר אַלע זײַנען צופֿרידן אַז עס איז דערשינען אַזאַ פֿײַנער װירטועלער זשורנאַל װי "די יונגע גװאַרדיע" כּל-הכּבוד ! איך האָב געװאָלט שיקן מײַנע בעסטע װוּנטשן צו אַלע אױסטראַלישע ייִדישיסטן, און כ'װיל אױך איבערגעבן סאַמע בעסטע װוּנטשן מײַן חֿבר און פֿרײַנט משה אײַזענבודן. אַנטשולדיקט מיר פֿאַר די גרײַזן, ייִדיש איז נישט מײַן מאַמע-לשון, איך בין געבױרן אין אַן אַסימילירטער משפּחה און האָב געלערנט ייִדיש אַלײַן. אַ שײַנעם דאַנק אײַך פֿאַר אײַער װיכטיקער אַרבעט, אײַער-משה פֿון ירושלים *** חשובֿע רעדאַקטאָרן אַ װאַרעמער מזל-טובֿ פֿון מיר און פֿון דעם ייִדישן פֿאָלקס-צענטער אין סידנעיִ! איך הײס דן גודרידזש, און איך בין, ראשית-כּל, דער פּרעזידענט פֿונעם פֿאָלקסצענטער, און צװײטנס בין איך אַ געװעזענער סטודענט פֿון יאַסמינקע דאָולינג (איך האָב גראַדואַיִרט מערץ 2001), און אײַער צײַטונג איז געװען בײַ מיר אַ גרױסע שׂמחה. איך האָב אַ שײַכות מיט דער מלך דוד שול, װײַל מײַן שװער, מר. מגיד, איז אַ בעל-טובה פֿון דער שול, און אָט דאָס מאַכט די שׂימחה אַפֿילו גרעסער. אַ פֿראַגע: פֿון װאַנען קומט דער נאָמען "יונגע גװאַרדיִע"? עס דאַכט מיר אַז עס איז געװען דער נאָמען פֿון דעם סאָװיעטישן "קאָמסאָמאָל"? (מאָלאָדאַיאַ גװאַרדיאַ) אַ װאַרעמער גרוס, דן, סידנעיִ. פֿון דער רעדאַקציע:- דער נאָמען שטאַמט פֿון דאָס ליד "די יונגע גװאַרדיִע", אױך אַמאָל פֿון רוסלאַנד, זעט די פֿאָדערשטע זײַט. &&&&&& חשובֿע רעדאקטאָרן מזל טובֿ ..... אָבער מע קען נישט לײענען אײַער צײַטונג װאָס באַװײַזט זיך אױפֿן עקראַן מיט "פֿאַרכישופֿטע צײכנס" מיט פֿרײַנדשאַפֿט Amis de la Maison de la Culture Yiddish, פּאַריז. פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows &&&&&& חשובֿע רעדאַקטאָרן מזל-טובֿ לכּובֿד דעם נײַעם װעב זײַטל ! זינט װען לערנט מען ייִדיש אין מלך דוד ? װיפֿל שילער לערנען זיך ייִדיש אין 10-טן יאָר? און װי אַזױ שרײַבט מען ייִדיש אױף דער אינטערנעט ? װי אַזױ זאָגט מען "Goodonya Mates" אױף ייִדיש? זײַט באַגריסט! גרוסן, טאָמי קאַלינסקי, מעלבורן &&&&&& !אַ גרוס פֿון ניו-יאָרק ! It's wonderful to see D i Yunge Gvardie on the net and I look forward to your next issue. I love Yiddish and have started a group that meets regularly to practice conversational Yiddish. Perhaps you could write a story about us. Rachel Kneitel-זײַט געזונט און געגריסט !
&&&&&& חשובֿע רעדאַקטאָרן אַ ייִשר-כוח! איך װינטש אײַך אַ סך דערפֿאָלג מיט דער צײַטשריפֿט. ענדרו פֿײַערשטײן, מעלבורן. &&&&& אַ ייִשר-כּוח ! אַדאַם װײַטמאַן, ניו יאָרק &&&&& חשובֿע רעדאַקטאָרן טײַערע יונגע פֿרײַנד פֿון דער "יונגער גװאַריע": אַ ייִשר כוח אײַך פֿאַר דער מי און דער אַרבעט ! זײַט באַגריסט ! איך בין אײנע פֿון די ייִנגסטע לעבנגעבליבענע פֿון די קאָנצענטראַציע לאַגערן בעתן חורבן. איך קען מסתּמאַ אַ סך פֿון אײַערע עלטערן און באָבע זײדעס פֿון בעלגיע, װוּ מיר האָבן טעגלעך געזונגען "די יונגע גװאַרדיִע" אױף די צוקונפֿט לאַגערן. מיט בעסטע װוּנטשן און גרוסן, אײַער פֿײגל אינפֿעלד גלעזער. &&&&& חשובֿע רעדאַקטאָרן אַ האַרציקן מזל-טוב - װאָסאַראַ פֿאַנטאַסטיש דערגרײַכונג ! מיר װעלן עס תיכף פֿאָרשטעלן אױף Jewish Australia. אָבער נאָך װיכטיקער האָבן מיר געװאָלט אײַך איבערשיקן אַ פּערזענלעכן אָנזאָג, די אַלע אָנטײל נעמער און בפֿרט דער 10-ער קלאַס פֿון ייִדיש בײַם מלך דוד שול אױף שימחות, אָראַ און סעם ליפּסקי, מעלבורן &&&&&& די צײַטונג איז אײַך געלונגען ! מזל-טובֿ ! רפֿאל, אַ סטודענט פֿון פֿראַנקרײַך. &&&&&& חשובֿע רעדאַקטאָרן אַ גרױסער ייִשר-כוח צום נײַעם זשורנאַל! ס'איז װוּנדערלעך שײַן, פֿיל מיט קאָליר (זײער װיכטיק פֿאַר די קינדער!) און אינטערעסאַנט מאַטעריאַל. מיר האָבן דערצײלט די קינדער פֿון "פּריפּעטשיק" װעגן דעם אַז איר הײבט אָן אַזאַ זשורנאַל - האָפֿנטלעך װעלן זײַ עפּעס אָנשרײַבן פֿאַר דעם. אַגבֿ: די קינדער װאָלטן זײער געװאָלט מאַכן דאָס רעטעניש, נאָר די ייִדישע אותיות זענען עפּעס אַרױסגעקומען קאַפּױר - מיט ענגלישע אותיות און פֿאַרשידענע דיִאַקריטישע צײכנס. מע קען דאָס פֿאַרריכטן? אַ דאַנק! גיטל שעכטער-װיסװאַנאַט, ניו יאָרק פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows &&&&&& ס'קומט אַ ייִשר כּוח די יונגע זשורנאַליסטן! מאַרק ה דאַװיד, "Yiddish Voice", באָסטאָן &&&&&& װידעראַמאָל אַ ייִשר כוח ! Refoyl Finkel קענטאַקי פֿון דער רעדאַקציע:- טייערע
לייענער פון "די
יונגע
גוואַרדיע". ביטע
שיקט אונדז
אייַערע בריוו
און שטייַערט
זיך צו מיט
אַרטיקלען,
לידער,
רעטענישן,
וויצן, בילדער,
א.אַ.וו.
איר קענט
שיקן זיי דורך
דער בליץ-פּאָסט
email אָדער דורך
שנעק-פּאָסט snail-mail און מיר
וועלן זיי
באַטראַכטן
צום דריקן.
דער שנעק-פּאָסט
אַדרעס איז:- “Di
Yunge Gvardie” 10 Hornby Street Windsor, Victoria Australia, 3181 אָדער
שיקט אונדז אַ
בליץ-בריוו
דורך email:
|
|