"די יונגע גװאַרדיע"
נומער 1, זייט 7 מאַי 2002 אַיִיִר, תשס"ב
|
זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם 10-טן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ישוב, װי עס זאָל נאָר נישט זײַן *** די יונגע גװאַרדיִע" איז געדרוקט נוצנדיק רעפֿױל פֿינקל'ס ייִדישע שרײַבמאַשינקע" http://www.cs.engr.uky.edu/~raphael/yiddish/makeyiddish.html , און שאָשקע'ס ייִדישן שרײַב פּראָגראַם, http://www.shoshke.net/uyip/word2000.htm. .אַ שײַנעם דאַנק די ייִדישע קאָמפּיוטערײַ מבינים פֿאַר זײַער מי און באַמיונגען
|
|