"די יונגע גװאַרדיע"
נומער 1, זייט 6 מאַי 2002 אַיִיִר, תשס"ב
|
חשובע רעדאַקטאָרן, אַ װאַרעמער מזל-טוב פֿון מיר און פֿון דעם ייִדישן פֿאָלקס-צענטער אין סידנעיִ! איך הײס דן גודרידזש, און איך בין, ראַשית-כל, דער פּרעסידענט פֿונעם פֿאָלקסצענטער, און צװײַטנס בין איך אַ געװעזענער סטודענט פֿון יאַסמינקע דאָולינג (איך האָב גראַדואַיִרט מערץ 2001), און אײַער צײַטונג איז געװען בײַ מיר אַ גרױסע שימחה. איך האָב אַ שײַכות מיט דער מלך דוד שול, װײַל מײַן שװער, מר. מגיד, איז אַ בעל-טובה פֿון דער שול, און אָט דאָס מאַכט די שימחה אַפֿילו גרעסער. אַ פֿראַגע: פֿון װאַנען קומט דער נאָמען "יונגע גװאַרדיִע"? עס דאַכט מיר אַז עס איז געװען דער נאָמען פֿון דעם סאָװיִעטישן "קאָמסאָמאָל"? (מאָלאָדיאַ גװאַרדיאַ) אַ װאַרעמער גרוס, דן, סידנעיִ. פֿון דער רעדאַקציע:- דער נאָמען שטאַמט פֿון דאָס ליד "די יונגע גװאַרדיִע", אױך אַמאָל פֿון רוסלאַנד, זעט די פֿאָדערשטע זײַט. &&&&&& חשובע רעדאַקטאָרן, םזל טוב ..... אָבער מע קען נישט לײענען אײַער צײַטונג װאָס באַװײַזט זיך אױפֿן עקראַן מיט "פֿאַרכישופֿטע צײכנס" מיט פֿרײַנדשאַפֿט Amis de la Maison de la Culture Yiddish, פּאַריז. פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows &&&&&& חשובע רעדאַקטאָרן, מזל-טוב לכובד דעם נײַעם װעב זײַטל ! זינט װען לערנט מען ייִדיש אין מלך דוד ? װיפֿל שילער לערנען זיך ייִדיש אין 10-טן יאָר? און װי אַזױ שרײַבט מען ייִדיש אױף דער אינטערנעט ? װי אַזױ זאָגט מען "Goodonya Mates" אױף ייִדיש? זײַט באַגריסט! גרוסן, טאָמי קאַלינסקי, מעלבורן &&&&&& !אַ גרוס פֿון ניו-יאָרק ! It's wonderful to see D i Yunge Gvardie on the net and I look forward to your next issue. I love Yiddish and have started a group that meets regularly to practice conversational Yiddish. Perhaps you could write a story about us. Rachel Kneitel-זײַט געזונט און געגריסט ! &&&&&& די צײַטונג איז אײַך געלונגען ! מזל-טוב ! ראַפֿױל, אַ סטודענט פֿון פֿראַנקרײַך. &&&&&& חשובע רעדאַקטאָרן, אַ ייִשר-כוח! איך װינטש אײַך אַ סך דערפֿאָלג מיט דער צײַטשריפֿט. ענדרו פֿײַערשטײַן, מעלבורן. &&&&& אַ ייִשר-כוח ! אַדאַם װײַטמאַן, ניו יאָרק &&&&& חשובע רעדאַקטאָרן, אַ האַרציקן מזל-טוב - װאָסאַראַ פֿאַנטאַסטיש דערגרײַכונג ! מיר װעלן עס תיכף פֿאָרשטעלן אױף Jewish Australia. אָבער נאָך װיכטיקער האָבן מיר געװאָלט אײַך איבערשיקן אַ פּערזענלעכן אָנזאָג, די אַלע אָנטײַל נעמער און בפֿרט דער 10-ער קלאַס פֿון ייִדיש בײַם מלך דוד שול אױף שימחות, אָראַ און סעם ליפּסקי, מעלבורן &&&&&& טײַערע יונגע פֿרײַנד פֿון דער "יונגער גװאַריע": אַ ייִשר כוח אײַך פֿאַר דער מי און דער אַרבעט ! זײַט באַגריסט ! איך בין אײנע פֿון די ייִנגסטע לעבנגעבליבענע פֿון די קאָנצענטראַציע לאַגערן בעתן חורבן. איך קען מסתמאַ אַ סך פֿון אײַערע עלטערן און באָבע זײדעס פֿון בעלגיע, װוּ מיר האָבן טעגלעך געזונגען "די יונגע גװאַרדיִע" אױף די צוקונפֿט לאַגערן. מיט בעסטע װוּנטשן און גרוסן, אײַער פֿײגל אינפֿעלד גלעזער.
&&&&&& חשובע רעדאַקטאָרן, אַ גרױסער ייִשר-כוח צום נײַעם זשורנאַל! ס'איז װוּנדערלעך שײַן, פֿיל מיט קאָליר (זײער װיכטיק פֿאַר די קינדער!) און אינטערעסאַנט מאַטעריאַל. םיר האָבן דערצײלט די קינדער פֿון "פּריפּעטשיק" װעגן דעם אַז איר הײַבט אָן אַזאַ זשורנאַל - האָפֿנטלעך װעלן זײַ עפּעס אָנשרײַבן פֿאַר דעם. אַגב: די קינדער װאָלטן זײַער געװאָלט מאַכן דאָס רעטעניש, נאָר די ייִדישע אותיות זענען עפּעס אַרױסגעקומען קאַפּױער - מיט ענגלישע אותיות און פֿאַרשידענע דיִאַקריטישע צײכנס. םע קען דאָס פֿאַרעכטן? אַ דאַנק! גיטל שעַכטער-װיסװאַנאַט, ניו יאָרק פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows &&&&&& ס'קומט אַ ייִשר כּוח די יונגע זשורנאַליסטן! מאַרק ה דאַװיד, "Yiddish Voice", באָסטאָן &&&&&& װידעראַמאָל אַ ייִשר כוח ! Refoyl Finkel קענטאַקי פֿון דער רעדאַקציע:- טייערע
לייענער פון "די
יונגע
גוואַרדיע". ביטע
שיקט אונדז
אייערע בריוו
און שטייערט
זיך צו מיט
אַרטיקלען,
לידער,
רעטענישן,
וויצן, בילדער,
א.אַ.וו.
איר קענט
שיקן זיי דורך
דער בליץ-פּאָסט
email אָדער דורך
שנעק-פּאָסט snail-mail און מיר
וועלן זיי
באַטראַכטן
צום דריקן.
דער שנעק-פּאָסט
אַדרעס איז:- “Di
Yunge Gvardie” 10 Hornby Street Windsor, Victoria Australia, 3181 אָדער
שיקט אונדז אַ
בליץ-בריוו
דורך email:
|
|