"די יונגע גװאַרדיִע"
נומער 1, זייט 2 מאַיִ, 2002 אַיִיִר, תשס"ב
|
מוטערס טאָג פֿון פֿײַגי זילבערמאַן דעם לעצטן זונטיק איז אױסגעפֿאַלן דער מוטערס טאָג. מענטשן אַרום דער װעלט האָבן געפֿונען צײַט צו זאָגן זײַערע מאַמעס אַז זײַ האָבן זײַ זײַער ליב. טײַל מענטשן האָבן געקױפֿט בלומען און טײַל מענטשן האָבן געקױפֿט שאָקאָלאַד. אַלע מאַמעס זײַנען שטאַרק געליבט.
*** "אױף רעדלעך" פֿון רײַזעלע זילבערמאַן דעם 4-טן מאַיִ, זענען סקיפיסטן געגאַנגען צום "פֿאַן פֿאַקטאָרי" פֿאַרװײַלונגס הױז און געפֿאָרן אױף רעדלעך. מיר זענען אַ סך מאָל געפֿאַלן אַראָפּ פֿון די רעדלעך. דאָס איז געװען זײַער קאָמיש. שפּעטער האָבן מיר געגעסן און געטרונקען און אַלע װאָס זײַנען געװען האָבן עס ליב געהאַט. איך האָב עס אױך זײַער ליב באַקומען. איך מײַן אַז די שפּילן זענען געװען זײַער פֿאַרװײַלעריש. איך צײַכן אױס דעם אַקטיװיטעט 5/5
|
|