"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 7 זייט 1                         נאָװעמבער 2002                         כּסלו, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

מיר װינטשן אַלעמען אַ פֿרײלעך יום-טובֿ חנוכּה!!י

חנוכּה

 פֿון עליזה גרינבלאַט

Free Hanukkah 3-D Animation

(קװעטשט דאָס בילד)

 עס קומט דער יום-יובֿ חנוכּה 

אױף דער גאָרער װעלט

 טאַטע װעט בענטשן חנוכּה-ליכט 

אונדז געבן חנוכּה געלט 

Free Chanukah Graphic Image

מאַמע װעט באַקן לאַטקעס 

אונדז אױספּוצן שײן 

אַ גאַנצע װאָך װעט פֿרײלעך זײַן

 אין שול, נישט דאַרפֿן גײן 

אין דרײדל װעלן מיר שפּילן 

נון - נעם, גימל - גיב 

דער שײנער יום-טובֿ חנוכּה 

איז טײַער אונדז און ליב

Free Chanukah Animated Graphic Image

(קװעטשט דאָס בילד)

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון סעפּטעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"