"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 7 זייט 2                         נאָװעמבער 2002                         כּסלו, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8< View>Encoding>Right-To- Left- Document)

די דאַמע מיטן הינטל 

פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי

 

מיט אַ גרױסן באַגאַזש קומט אַ דאַמע צום באַן

אַ קערבל, אַ קעסטל, אַ קלײן טשעמאָדאַן 

אַ פּעקל, אַ זעקל, אַ פּודעלע גרױס װי אַ פּינטל

 און אַ קלײנינקער הינטל 

 

ט'דאָס גענומען אַ מענטש מיט אַ בלעך אױפֿן היטל

 און ס'געגעבן אַ גרינעם געשטעמפּלטן קװיטל

 

די באַן גיט אַ פֿײַף און נעמט פֿאָרן 

און דאָס הינטל - אַ ביל און אַ שפּרונג און פֿאַרלאָרן

 

װערט אַ גרױסער קוראַזש 

און מען צײלט דעם באַגאַזש 

אַ קערבל, אַ קעסטל, אַ קלײן טשעמאָדאַן, 

אַ פּעקל, אַ זעקל, אַ פּודעלע גרױס װי אַ פּינטל-

נאָר װוּ איז דאָס הינטל?י

 

דערװײַל שטײט אַ הונט 

אַ גרױסער, אַ בײזער, אַ פּוד מיט אַ פֿונט

 

מען גיט אים אַ נעם און אַ יאָג און אַ טראָג אױפֿן באַן 

צום קערבל, צום קעסטל, צום קלײן טשעמאָדאַן 

צום פּעקל, צום זעקל, צום פּודעלע גרױס װי אַ פּינטל 

אױפֿן אָרט פֿון דעם הינטל

 

פֿאַרהאַקט און פֿאַרפּאַקט און מען פֿאָרט 

דרײַ נעכט און דרײַ טעג אַלץ אין װעג

 

דערנאָך קומט די דאַמע צו גײן מיט אַ רעש

- גיט אַהער מײַן באַגאַזש 

אַ קערבל, אַ קעסטל, אַ קלײן טשעמאָדאַן 

אַ פּעקל, אַ זעקל, אַ פּודעלע גרױס װי אַ פּינטל 

און אַ קלײנינקער הינטל 

 

גיט אַ שפּרונג אױפֿן קאָפּ איר אַ הונט

אַ גרױסער, אַ בײזער, אַ פּוד מיט אַ פֿונט 

 

גיט די דאַמע אַ קװיטש 

-רוצח, אָט דאָס איז מײַן הונט?י 

אָט האָב איך אַ קװיטל...י 

 

זאָגט דער מענטש מיט דעם היטל

 - שאַ, שטילער, מאַדאַם 

דרײַ נעכט און דרײַ טעג 

ביסט געװעזן אין װעג 

איז דאָס הינטל, קײן אײן-הרע, געװאָקסן 

און געװאָרן אַ הונט 

אַ פּוד מיט אַ פֿונט

דער שבתון 

פֿון דבורה זילבערמאן און רײַזעלע זילבערמאן

Rutherford Park Country Retreat - Conference Facilities, Accommodation, and Rurual Location

דעם 8-טן ביזן 10-טן נאָװעמבער האָבן פֿערציק ליבהאָבער פֿון ייִדיש זיך באַטײליקט אין דעם הײַאָריקן שבתון אין"ראַװעפֿאָרד פּאַרק קאַנטרי עסטײַט" אין דער שײנער געגנט לעבן דעם שטעטל דײַלספֿאָרד. די קינדער אױפֿן שבתון האָבן צוגעגרײט און געשטעלט אַ פּיעסע. עס איז געװען באַזירט אױף דער פּאָעמע "די דאַמע מיטן הינטל" פֿון קאַדיע מאָלאָדאָװסקי. עס איז געװען זײער קאָמיש װײַל אַ ייִנגל, אָדם גאָמאָלינסקי, האָט געשפּילט די דאַמע. די קינדער האָבן אױך געשפּילט טעאַטער אימפּראָװיזאַציעס אין ייִדיש מיט די דערװאַקסענע. עס איז אױך געװען זײער קאָמיש 

מיר האָבן זיך אױך גוט פֿאַרװײַלט אױף דעם אָװנט פֿון קאָמעדיע. יאָסל טיגעל און דודי רינגעלבלום האָבן אױסגעשפּילט צװײ"שטיק". אײנער אַלײן געשריבן און די צװײטע פֿון דזשיגאַן און שומאַכער. פֿרײדי מראָצקי האָט געלײענט קאָמישע פּאָעמעס אין ייִדיש. די קינדער אױפֿן ייִדישן שבתון זענען געװען: רײזעלע, אָדם, דבורה, אסתרל, אַריאל, עבאָני, יאַנקל, ענדרו, דינה, שאָשי, רחלע, דבורהלע, שרה, שײנדעלע, קלענערע רחלע. די דערװאַקסענע האָבן געהערט אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן װעגן ייִדישע קינדער לידער מיט הינדע בורשטין, און װעגן ייִדישע שרײַבער אין אױסטראַליע מיט אַרנאָלד זײַבל. זײ האָבן געהאַלטן אַז דאָס אַלץ איז געװען זײער אינטערעסאַנט און גוט 

די גאַסט הײַזקעס זײַנען געװען שײן און רײן. דאָס עסן איז געװען געשמאַק. אַ דאַנק צו דוד גרינבלאַט פֿאַר צוגרײטן דעם שבתון מיט דער קדימה. מיר האָפֿן אַז איבער אַ יאָר װעט װידער פֿאָרקומען נאָך אַ שבתון

 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון סעפּטעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"