"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 7 זייט 3                         נאָװעמבער 2002                         כּסלו, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

װען כ'צינד די ליכטלעך אָן די אַכט 

Free Chanukia animation

פֿון אַבֿרהם רײזען 

פֿאַרלאָשן זײַנען מײַנע שטערן 

און פֿינצטער איז די לאַנגע נאַכט 

דאָך הײבט מיר ליכטיק אָן צו װערן 

װען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט!י 

***

מײַן מאַכט און שטאָלץ איז לאַנג אַריבער 

דער װילדער שׂונא שפּאָט און לאַכט; 

עס לעבט דאָך אױף דער אַלטער גיבור, 

װען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט!י 

***

עס שטומען אַלע מײַנע לידער 

פֿון גבֿורה, העלדנמוט און מאַכט, 

דאָך קלינגען זײ אין האַרץ מיר װידער, 

װען כ'צינד די ליכטלעך אָן, די אַכט!י 

***

אַן אַלטע טרער מײַן אױג פֿאַרטונקלט 

און האָט עס שיר נישט בלינד געמאַכט, 

דאָך זעט װי העל צוריק עס פֿינקלט, 

װען כ'צינד די ליכטלעך אָן די אַכט!י 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון אָקטאָבער 2002
די יונגע גװאַרדיִע פֿון סעפּטעמבער 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"