"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 6 זייט 1                         אָקטאָבער 2002                         חשון, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<Encoding>Right to Left Document)

"װען איך בין ראָטשילד"

 

(קװעטשט דאָס בילד)

 װאָס שלום עליכמס כּתרילעװקער מלמד װאָלט געטאָן װען ער איז ראָטשילד:- 

געבן זײַן װײַב אַ דרײערל תּמיד אױף שבת, קױפֿן אַלע דרײ חדרים מיטן קעלער מיטן בױדעם,מאַכן אַ נײַעם דאַך אױפֿן אַלטן בית-המדרש, איבערבױען דעם מרחץ און אױפֿבױען אַ נײַעם שפּיטאָל און אַ מושבֿ-זקנים. שאַפֿן אײן חבֿרה אַ גרױסע אַ צדקה-גדולה-חבֿרה װאָס גיט אַכטונג אױף אַלע חבֿרות און אױף אַלע ייִדן.אין װילנע װאָלט ער געבױט אײן ישיבֿה אַ גרױסע,אַ ייִדישע אַקאַדעמיע ייִדן זאָלן שטודירן דאָרט אומזיסט.

און דאָס װיכטיקסטע,אַז ייִדן אומעטום זאָלן האָבן פּרנסה און די גאַנצע װעלט זאָל האָבן פּרנסה װײַל אָן דעם איז קײן אַחדות נישט דאָ און עס ברענגט צו קינאה און שינאה און אַלדאָס שלעכטס אױף דער װעלט.און אױב אַז ס'װעט שױן זײַן שלום אױף דער װעלט איז דאָך משיח'ס צײַטן, קען מען אָפּשאַפֿן דאָס געלט װײַל געלט איז נישט מער װי אַ יצר-הרע, אַ תּאװה אַזעלכע...אײן מינוט...איז װי און װאָס װאָלטן ייִדן דעמאָלט גענומען אױף שבת?נו װאָס טראַכט איר װעגן דעם?װאָס װאָלט איר געטאָן װען איר װאָלט געװען ראָטשילד?(שרײַבט אונדז און קװעטשט דאָ װעט איר לײענען װאָס פֿעיִגי זילבערמאַן װאָלט געטאָן װען זי איז ראָטשילד)י 

ייִדישע בריװ און די ראָטשילד משפּחה

(קװעטשט דאָס בילד)

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון סעפּטעמבער 2002
די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"