נומער 17 זײַט 1 אָקטאָבער 2003 תּשרי, תשס"ד
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַ פֿרײלעך סוכּות !י פֿון פֿײגי זילבערמאַן סוכּות הײבט זיך אָן דעם פֿופֿצנטן תּשרי, װאָס דאָס יאָר איז אױסגעפֿאַלן פֿרײַטיק דעם עלפֿטן אָקטאָבער. דאָס איז פֿינף טעג נאָך יום כּיפּור. סוכּות ציט זיך זיבן טעג. די צװײ טעג נאָך סוכּות זײַנען אױך יום טובים, שמיני עצרת און שׂמחת תּורה. דאָס װאָרט סוכּות מײַנט בײַדלעך. עס הײַסט אַזױ װײַל סוכּות צײַט דאַרפֿן ייִדן לעבן אין די בײַדלעך פֿאַר די זיבן טעג װי די ייִדן אין מידבר האָבן געלעבט אין די בײַדלעך. דאָס מײַנט אַז מען דאַרף עסן אין דער סוכּה און אױב עס רעגנט נישט, אױך שלאָפֿן אין דער סוכּה. אַ סוכּה דאַרף האָבן כאָטש דרײַ װענט מיט סכך פֿאַרן דאַך. סכך מוז קומען פֿון עפּעס װאָס װאַקסט פֿון דר' ערד און װאָס מען האָט אָפּגעשניטן. די סוכּה קען זײַן װי גרױס מען װיל אָבער עס דאַרף זײַן גענוג גרױס מען זאָל קענען לעבן דערין. סוכּות איז אױך דער יום טוב פֿון אַרײַננעמען דעם שניט און מען טראָגט די פֿיר מינים געװיקסן פֿון ארץ ישראל, און מען שאָקלט אַ לולאַב און אתּרוג. מען קען אױך באַפּיצן די סוכּה שײַן מיט קאָלירטע בילדער און מיט פֿרוכטן. טײל מענטשן זאָגן אַז אליהו הנביא קומט װי אַ גאַסט אין דער סוכּה װי בײַם פּסח סדר. טײל מענטשן זאָגן אַז אַנדערע העלדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע קומען צו זײַ צו גאַסט און אַ פֿרײלעך שׂמחת תּורה !י
|
! ברוך-הבא ! שלום עליכם זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע. מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י שיקט אונדז אַ בריװ רײזעלע זילבערמאַן פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן |
|