נומער 6 זייט 1 אָקטאָבער 2002 חשון, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<Encoding>Right to Left Document)
|
"װען איך בין ראָטשילד" ![]() אין 21טן יאָר-הונדערט פֿון פֿײגי זילבערמאַן אױב איך װאָלט געװען ראָטשילד װאָלט איך געקױפֿט אַ נײַער אױטאָ פֿאַר מײַן טאַטע, מאַמע, און פֿאַר זיך. איך װעל לאָזן געלט פֿאַר מײַנע שװעסטערס צו קױפֿן אַן אױטאָ אין דרײ יאָר אַרום. איך װעל אױך געבן מײנע עלטערן געלט צו מאַכן אַ רעמאָנט אין אונדזער הױז װען איך בין ראָטשילד װאָלט איך אױך געגעבן געלט די מעלבורנער ייִדישער קהילה. איך װאָלט געקױפֿט אַן אָרט פֿאַר סקיפֿי אַז זײ זאָלן האָבן אַן אָרט זיך צו טרעפֿן יעדער װאָך. איך װעל געבן געלט צו די שלום עליכם שול זײ זאָלן קענען טראַכטן װעגן האָבן אַ הױך שול. װען איך בין ראָטשילד װאָלט איך געגעבן געלט די קדימה אַז זײ זאָלן קענען מאַכן די שאַבעסטאָן אַביסל ביליקער איך װאָלט אױך געגעבן געלט צו דער פּנינה זילבערמאַן פֿאָנד אַז זײ זאָלן האָבן מער געלט פֿאַר ייִדישע סטודענטן. װען איך בין ראָטשילד װאָלט איך גענומען אַ מאַטעמאַטיק לערער פֿאַר זיך און מײַנע שװעסטער אין דער הײם. די לעצטע זאַך װאָס איך װיל קױפֿן װען איך בין ראָטשילד איז אַ בילעט קײן ניו-יאָרק פֿאַר מײן גאַנצער משפּחה װאָס װאָלט איר געטאָן װען איר װאָלט געװען ראָטשילד?י שרײַבט אונדז
|
יאַנקל און זײַן נײער מאַנטל פֿון רײַזעלע זילבערמאן אַמאָל איז געװען אַ קינד װאָס האָט געהײסן יאַנקל באָנשטײַן. זײַן פֿאַמיליע איז נישט געװען רײַך, פֿאַרקערט זײַן פֿאַמיליע איז געװען גאָר אָרעם, אָבער זיך געהאַלטן זײער נאָענט. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געװאָלט זײַן רײַך און ער האָט געזאָגט אַז װען ער זאָל האָבן אַ נײַעם מאַנטל, װאָלט ער שױן געװען רײַך. ער האָט געמײנט אַז ער װעט קײַן מאָל נישט האָבן אַ נײַעם מאַנטל װײַל זײַן פֿאַמיליע האָט נישט געהאַט קײַן געלט צו קױפֿן אַזאַ טײַערע זאַך. אײן מאָל האָט יאַנקל געטראַכט. אױב איך געפֿין אַרבעט, אפֿשר דאָך. איז ער געגאַנגען צו אַ שנײַדער און האָט געפֿרעגט: "װילסטו הילף מיט דײַן אַרבעט?" און דער שנײַדער האָט געענטפֿערט: "פֿאַרװאָס װילסטו אַרבעטן דאָ? פֿאַרװאָס ביסטו דאָ און נישט מיט דײַן פֿאַמיליע און פֿרײַנד, שפּילן זיך?" האָט יאַנקל געזאָגט: "איך װיל זײַן רײַך." האָט דער שנײַדער געלאַכט: "דו ביסט שױן רײַך." האָט יאַנקל געפֿרעגט: "װי אַזױ בין איך רײַך אַז איך האָב אַפֿילו נישט קײַן נײַעם מאַנטל?"י האָט דער שנײַדער געזאָגט: "דו האָסט אַ פֿאַמיליע װאָס האָט דיך ליב, דו האָסט פֿרײַנד, דו קענסט גײן אין חדר, דו ביסט זײער רײַך!" יאַנקל האָט פֿאַרשטאַנען װאָס דער שנײַדער מײנט. ער איז טאַקע געװען רײַך און האָט געפֿילט די װאַרעמקײט און ליבשאַפֿט, אָבער דאָך האָט יאַנקל געפֿרעגט דעם שנײַדער: "אָבער קען איך ביטע האָבן אַ נײַעם מאַנטל צו װײַזן אַלעמען אַז איך בין אַזױ רײַך?" "אַ, אױב דו װילסט דװקא אַ מאַנטל צו װײַזן אַז דו ביסט רײַך, װעסטו מוזן אָפּאַרבעטן, אָבער דערװײַל באָרג איך דיר אײַנעם פֿון די מאַנטלען װאָס איך פֿאַרקױף.", האָט דער שנײַדער געזאָגט, און האָט אים געגעבן אַ נײַעם מאַנטל. יאַנקל האָט קױם געגלױבט זײַנע אױגן, ער האָט באַדאַנקט דעם שנײַדער, און איז געלאָפֿן אַהײם װײַזן זײַן פֿאַמיליע אַז ער איז שױן טאַקע רײַך. און פֿון דעם טאָג אָן האָט ער געאַרבעט בײַם שנײַדער, צװײ שעה יעדן זונטיק, אַלס שיקייִנגל און דאָס געלט װאָס ער האָט פֿאַרדינט האָט באַצאָלט פֿאַרן מאַנטל. און ער האָט זיך געפֿילט רײַך, נישט צוליב דעם נײַעם מאַנטל, נאָר אַדאַנק זײַן משפּחה און פֿרײַנד און זײַער ליבשאַפֿט.י
|
|