"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 6 זייט 5                         אָקטאָבער 2002                         חשון, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<Encoding>Right to Left Document)

(האָבנדיק געלײענט די כעלעמער מעשיות אין קלאַס)

דער ערשטער שנײ

אין כעלם איז אַראָפּגעפֿאַלן דער ערשטער שנײ פֿון יאָר און פֿאַרדעקט די האַרבסטיקע בלאָטעס, ס'אַ ליכט אין די אױגן! נאָר אױב דער שמש גײט װעקן צו עבֿודת-הבורא װעט ער דאָך צעטרעטן דעם שײנעם, װײַסן, קלאָרן, פֿרישן שנײ. װאָס טוט מען? האָט מען באַשלאָסן מ'זאָל דעם שמש אַרױפֿשטעלן אױף אַ טיש און פֿיר ייִדן זאָלן אים טראָגן פֿון הױז צו הױז

(קװעטשט דאָס בילד)

אַ נעכטיקער טאָג

אַ כעלעמער טרעפֿט אַ צװײטן אױף דער גאַס און פֿרעגט אים "װאָסאַראַ טאָג איז הײַנט?" ענטפֿערט ער "איך װײַס נישט". זאָגט אים דער ערשטער, "אָבער איר טראָגט אַ צײַטונג, קוקט אַרײַן װעט איר זען די דאַטע." "אַך" ענטפֿערט יענער "ס'טױג נישט, עס איז אַ נעכטיקע צײַטונג."י

(:->)

דער כעלעמער בית עולם 

כּדי צו װיסן די ריכטיקע גרױס פֿון אַ שטח לאַנד פֿאַר אַ בית הקבֿרות האָבן די כעלעמער באַשלאָסן זיך אױסצולײגן אַלע שורות-װײס אױפֿן פֿעלד. װעט מען דאַן גענױ זען װיפֿל לאַנד זײ פֿאַרנעמען און מען װעט אַפֿילו אַן איבעריקן שפּאַן ערד ניט דאַרפֿן קױפֿן...ן

{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{: <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:}{:-)> <(-:

(קװעטשט דאָס בילד)

"די שרפֿה אין כעלם" 

אין כעלם האָט אין אַ שטאָק-פֿינצטערער נאַכט אױסגעבראָכן אַ שרפֿה. זײַנען די כעלעמער פֿײַערלעשער זיך צונױפֿגעלאָפֿן און אָנגעהױבן צו לעשן דעם ברענענדיקן בנין. אין טומל איז אױך דער כעלעמער רב געקומען צו לױפֿן, דערזען װי דער פֿײַער באַלײַכט דעם גאַנצן פּלאַץ אַרום, האָט ער אױסגערופֿן: אַ נס מן השמים, װאָס ס'איז אַ שרפֿה ! אַניט װאָלט געװען אַזױ פֿינצטער, אַז מ'װאָלט אַפֿילו ניט געזען װי צו לעשן !ן

(}:-{)>

***

אַ כעלעמער מעשׂה פֿון אױסטראַליע.

אַ כעלעמער איז קױם מיט צרות נאָך פֿיר װאָכן אױפֿן ים אָנגעקומען פֿאַר תשעה באַב קײַן אױסטראַליע.עטרעפֿט ער אַ היגן ייִד, זאָגט אים דער היגער, "איר װײסט אַז דאָ אין אױסטראַליע איז אַלץ אַנדערש, אױף קאַפּױר צו כעלם." "װאָס הײסט?", פֿרעגט אים דער כעלעמער. ענטפֿערט אים דער ייִד, "װען אין כעלם איז זומער איז דאָ װינטער, און איצט הײבט זיך אָן דער זומער." "אױב אַזױ", זאָגט דער כעלעמער איז דאָך גאָר גוט. כ'װעל פֿאַרשפּאָרן פֿאַסטן תשעה באַב און יום-כּיפּור און באַלד פּראַװען שימכת תורה, חנוכּה, פּורים און פּסח.ן

<(-:{)

די כעלעמער אין פּאַריז 

אַז די כעלעמער זײַנען געקומען קײן פּאַריז, איז זײ די שטאָט זײער און זײער געפֿעלן געװאָרן. מער פֿון אַלץ זײַנען זײַ אָבער באַגײַסטערט געװאָרן פֿונעם אײַפֿל-טורעם. אײן זאַך איז אָבער נישט אַזױ גוט. סײַ װינטער, סײַ זומער, שטײט ער אַ הױלער און אַ נאַקעטער, און קען נאָך הלילה אינגאַנצן פֿאַרזשאַװערט װערן. װאָבן די כעלעמער באַשלאָסן אױפֿצונײען פֿאַרן טורעם אַ לײַװנטענע ציכל מיט לעכלעך און מיט קנעפּלעך װי ס'באַדאַרפֿט צו זײַן.ן

 

 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיִע פֿון סעפּטעמבער 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"