"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 6 זייט 6                         אָקטאָבער 2002                         חשון, תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<Encoding>Right to Left Document)

  בריװ אין רעדאַקציע...

חשובֿע רעדאקטאָרן

מאָרגן, מאָנטיק דעם 30סטן סעפּטעמבער, װעט דער צװײטער נומער פֿון "דאָס נײַע דור" הײבן אָן צו פֿאַרפֿאַרטיקן.זײַט אַזױ גוט, פֿאַרגעסט נישט װעגן די אַרטיקלען פֿון די אױסטראַלישע יוגנט כּדי דאָס נײַע דור מעקסיקע, זאָל שױן װערן דאָס נײַע דור מעקסיקע-אױסטראַליִע. כ'װאָלט אױך געװאָלט אַז מיר זאָלן פֿאַראײניקן "כּוחות" כּדי צו "ע-מאַיִלן" קאַנאַדע און אַז דאָס אַלץ זאָל װערן דאָס נײַע דור מעקסיקע-אױסטראַליִע-קאַנאַדע. לאָמיר אַרבעטן פֿאַר ייִדיש!י 

דאָס נײַע דור מעקסיקע

חשובֿע רעדאקטאָרן

װאָלט מען געקענט האָבן יעדער נומער אין אַ PDF טעקע כּדי מען זאָל עס קענען אָפּדרוקן? נאָך אײן זאַך.....ס'איז אַ ביסל שװער צו לײענען די "איטאַליקס" אױפֿן עקראַן. 

אַדאַם װײַטמאַן,ניו יאָרק 

פֿון דער רעדאַקציע:- 

דערװײַל דרוקן מיר זיך ניצנדיק נאָר Unicode UTF-8, און מען קען אָפּדרוקן אונדז אױך אַזױ פֿון דעם עקראַן. װעגן "איטאַליקס"... מסכּים, מען װעט עס נוצן װינציקער..

מיט קאָלעגישע גרוסן,ן

די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיע"ן

%%%

חשובֿע רעדאקטאָרן

איך בין אַרטוראָ קערבעל פֿון "דאָס נײַע דור".ן

איך בין אַזױ פֿרײלעך איר האָט געענטפֿערט! איך האָף אַז דאָס װאָס מיר זאָלן אָנהײבן זאָל זײַן אַן אינטערעסאַנטער און פֿרוכטבאַרער באַציונג צװישן ענגליש/ייִדיש-רעדערס און שפּאַניש/ייִדיש-רעדערס. איך האָב שױן דערמאָנט אַז איר װױנט אין דער דרום העמיספֿער און מיר אין דער צפֿון העמיספֿער, דערפֿאַר, זײַנען מיר אין פֿאַרשײדענע סטאַציעס. מיר זײַנען נאָר אַרױס פֿון שול. איך שיק אײַך צװײ "אַטאַטשמענטס" מיט דעם בליץ בריװ, װוּ עס געפֿינט זיך די גאַנצע אינפֿאָרמאַציִע װעגן "דאָס נײַע דור"... די שרײַבערס-ראַט אָדער דער הױפּט-קאָמיטעט איז אַ "דערװײַליקער", אַקאָרשט װעלן די רעפּרעזענטאַנטן פֿון יעדער לאַנד װאָס זאָל אָנטײל נעמען צושטײן צו דעם הױפּט-קאָמיטעט. דאָס מײנט נישט אַז יעדער זאָל קענען שרײַבן! אין אױגוסט, װעלן 700 קאָפּיעס זײַן געדריקט און אַװדאי װעל איך אײַך שיקן עטלעכע בײַשפּילן כּדי איר זאָלט זײַן מער זיכער אַז איר װילט אָנטײל נעמען מיט "דאָס נײַע דור". מיר װעלן אײַך שיקן אַ דיסקעט אָדער דורך אינטערנעט אַלע אַרטיקלען כּדי איר זאָלט קענען דריקן אײַער אײגענע װערסיע פֿון "דאָס נײַע דור". מיר װעלן באַלד האָבן אַ װעב-בלאַט, געמאַכט פֿון דניאל נוריִיעװ, 21 אָדער 22, פֿון ישׂראַל. און, אױב איר װילט, אָדער װינטשט עס, מיר, די מעקסיקאַנע ייִדיש-רעדנדיקע יוגנט, קען שרײַבן פֿאַר אײַער זשורנאַל אָדער װעב-זײַטל אַרטיקלען װעגן װאָס איר װילט! און אַװדאי, איר קענט שרײַבן װעגן װאָס איר װילט און אַזױ װעט מען האָבן צװײ "װעלטלעכע" ייִדישע זשורנאַלן! אַגבֿ איך האָב אַן אַנדער ציל: אַרײַנצוציִען קאַנאַדע, ליטע און ארץ ישראַל צו מײַן אָדער אונדזער פּראָיעקט, איך װײס נישט אױב איר אױך װילט קאַנאַדע אָדער/און מעקסיקע זאָלן זיך באַטײליקן אין אײַער פּראָיעקט. אָבער די אײנציקע זאַך װאָס איך װינטש, איז אַז "דאָס נײַע דור" זאָל זײַן געדריקט אין אײַער לאַנד, און אױב מע קען, אַז אײַער זשורנאַל זאָל אױך זײַן געדריקט דאָ װײַל דאָס איז אַ באַשלוס פֿון מײַן שול װײַל "דאָס נײַע דור" איז אָפּהענגיק פֿון מײַן שול, נישט פֿון אַ ספּעציִעלע אָרגאַניזאַציִע.ן

אַ דאַנק! און שרײַבט צוריק! מיט פֿרײַנדשאַפֿט:ן

אַרטוראָ קערבעל.ן

dos_naye_dor@yahoo.com.mx

פֿון דער רעדאַקציע:- 

טײַערער אַרטוראָ און מיטגלידער פֿון "דאָס נײַע דור"ו.ן

מיר די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיִע" באַגריסן אײַער פֿײַנעם פּראָיעקט און װינטשן אײַך הצלחה און מזל. מיר װאָלטן זיכער געװאָלט אָנטײַל נעמען אין אײַער פּראָיעקט און באַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און אַזױ װײַטער. און מיר לײַדן אײַך אײַן טאָן דאָס זעלבע דאָ. אונדזער זשורנאַל װעט בלױז דערשינען אױף דער אינטערנעט װײַל מיר האָבן נישט קײַן פֿאָנדן צו דריקן עס, אָבער מיר װאָלטן גערן געװאָלט העלפֿן "דאָס נײַע דור" זאָל דערשינען אין אױסטראַליע. זײַט מצליח און בלײַבט אין קאָנטאַקט.ן

מיט קאָלעגישע גרוסן,ן

די רעדאַקציע פֿון "די יונגע גװאַרדיע"ן

 

&&&

חשובֿע רעדאקטאָרן

איך הײס מינע-ליפֿשע װישװאַנאַט. איך בין דרײַצן יאָר אַלט. איך פֿלעג גײן אין "פּריפּעטשיק" - די שול אין ניו-יאָרק פֿאַר קינדער װאָס רעדן שױן ייִדיש. מײַן זײדע איז מרדכי שעכטער. איך גײ אין מאַ'אַיִאַנאָט - אַ ישיבֿה פֿאַר מײדלעך. איך װױן אין ניו-דזשערזי. יעדן יאָר גײ איך אױף דער ייִדיש-װאָך מיט אַלע מײַנע ייִדיש-רעדנדיקע חברטעס. איך האָב גרױס הנאה דערפֿון. איך בין קײן מאָל נישט געװען אין אױסטראַליִע, אָבער איך װאָלט געװאָלט אַמאָל באַזוכן דאָס לאַנד. אין דער הײם רעד איך נאָר ייִדיש מיט מײַן מאַמע, אָבער איך רעד טאַמיל, אַן אינדישע שפּראַך, מיט מײַן טאַטע. איך קען לײענען און שרײַבן בײדע שפּראַכן. מײַן בליצפּאָסט אַדרעס איז meena1125@yahoo.com.

 מינע-ליפֿשע װישװאַנאַט

***

חשובֿע רעדאקטאָרן

נאר ערשט האָב איך געזען דעם צווייטן נומער פֿון "די יונגע גווארדיע" און איך וויל אויסדריקן אַ ריינהארציקן מזל-טובֿ צו אַלע וואָס האָבן אַרויסגעגעבן אַזא שיינע אויסגאַבע. עס גיט אונדז אַ וואַרעמע געפֿיל אין דער נשמה וויסן אַז די סטודענטן פֿונעם מלך דוד קאָלעדזש ניט נאָר לערנען זיך ייִדיש, אָבער אויך האָבן אַזאַ גרויסע הצלחה! אַ יישר-כוח!

דניאל גודרידזש, דער ייִדישער פאָלקס צענטער אין סידנעיי

 

***

שלום עליכם פֿון ירושלים. 

ס'שרײַבט אײַך משה גאָנטשאַראַק פֿון ישראַל. כ'בין 39 יאָר אַלט, און איך אַרבעט אין צענטראַלן ציוניסטישן אַרכיװ. איך בין געבױרן געװאָרן אין רוסלאַנד אין לענינגראַד, זינד 1990 װױן איך אין ישראַל. מײַנע װיסנשאַפֿטלעכע טעמע איז די געשיכטע פֿון דער ייִדישער אַנאַרכיסטישער באַװעגונג. איך בין אײַנער פֿון די רוסן-רעדנדיקער ייִדישיסטן, זעט די אינטערנעץ זײַט: www.jewniverse.net מיר אַלע זײַנען צופֿרידן אַז עס איז דערשינען אַזאַ פֿײַנער װירטועלער זשורנאַל װי "די יונגע גװאַרדיע" כּל-הכּבוד ! איך האָב געװאָלט שיקן מײַנע בעסטע װוּנטשן צו אַלע אױסטראַלישע ייִדישיסטן, און כ'װיל אױך איבערגעבן סאַמע בעסטע װוּנטשן מײַן חֿבר און פֿרײַנט משה אײַזענבודן. אַנטשולדיקט מיר פֿאַר די גרײַזן, ייִדיש איז נישט מײַן מאַמע-לשון, איך בין געבױרן אין אַן אַסימילירטער משפּחה און האָב געלערנט ייִדיש אַלײַן. אַ שײַנעם דאַנק אײַך פֿאַר אײַער װיכטיקער אַרבעט, אײַער-משה פֿון ירושלים

***

חשובֿע רעדאקטאָרן

אַ װאַרעמער מזל-טובֿ פֿון מיר און פֿון דעם ייִדישן פֿאָלקס-צענטער אין סידנעיִ! איך הײס דן גודרידזש, און איך בין, ראשית-כּל, דער פּרעזידענט פֿונעם פֿאָלקסצענטער, און צװײטנס בין איך אַ געװעזענער סטודענט פֿון יאַסמינקע דאָולינג (איך האָב גראַדואַיִרט מערץ 2001), און אײַער צײַטונג איז געװען בײַ מיר אַ גרױסע שׂמחה. איך האָב אַ שײַכות מיט דער מלך דוד שול, װײַל מײַן שװער, מר. מגיד, איז אַ בעל-טובה פֿון דער שול, און אָט דאָס מאַכט די שׂימחה אַפֿילו גרעסער. אַ פֿראַגע: פֿון װאַנען קומט דער נאָמען "יונגע גװאַרדיִע"? עס דאַכט מיר אַז עס איז געװען דער נאָמען פֿון דעם סאָװיעטישן "קאָמסאָמאָל"? (מאָלאָדאַיאַ גװאַרדיאַ) אַ װאַרעמער גרוס, 

דן, סידנעיִ.

 פֿון דער רעדאַקציע:- דער נאָמען שטאַמט פֿון דאָס ליד "די יונגע גװאַרדיִע", אױך אַמאָל פֿון רוסלאַנד, זעט די פֿאָדערשטע זײַט.

&&&&&&

חשובֿע רעדאקטאָרן

מזל טובֿ ..... אָבער מע קען נישט לײענען אײַער צײַטונג װאָס באַװײַזט זיך אױפֿן עקראַן מיט "פֿאַרכישופֿטע צײכנס" מיט פֿרײַנדשאַפֿט  

Amis de la Maison de la Culture Yiddish, פּאַריז.

פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows

&&&&&&

חשובֿע רעדאקטאָרן

מזל-טובֿ לכּובֿד דעם נײַעם װעב זײַטל ! זינט װען לערנט מען ייִדיש אין מלך דוד ? װיפֿל שילער לערנען זיך ייִדיש אין 10-טן יאָר? און װי אַזױ שרײַבט מען ייִדיש אױף דער אינטערנעט ? װי אַזױ זאָגט מען "Goodonya Mates" אױף ייִדיש? זײַט באַגריסט! גרוסן, 

טאָמי קאַלינסקי, מעלבורן

&&&&&&

!אַ גרוס פֿון ניו-יאָרק ! 

 It's wonderful to see D i Yunge Gvardie on the net and I look forward to your next issue.  I love Yiddish and have started a group that meets regularly to practice conversational Yiddish.  Perhaps you could write a story about us.

 Rachel Kneitel-זײַט געזונט און געגריסט !

 

&&&&&&

חשובֿע רעדאקטאָרן

אַ ייִשר-כוח! איך װינטש אײַך אַ סך דערפֿאָלג מיט דער צײַטשריפֿט.

 ענדרו פֿײַערשטײן, מעלבורן.  

&&&&&

אַ ייִשר-כּוח ! אַדאַם װײַטמאַן, ניו יאָרק

&&&&&

חשובֿע רעדאקטאָרן

טײַערע יונגע פֿרײַנד פֿון דער "יונגער גװאַריע": אַ ייִשר כוח אײַך פֿאַר דער מי און דער אַרבעט ! זײַט באַגריסט ! איך בין אײנע פֿון די ייִנגסטע לעבנגעבליבענע פֿון די קאָנצענטראַציע לאַגערן בעתן חורבן. איך קען מסתּמאַ אַ סך פֿון אײַערע עלטערן און באָבע זײדעס פֿון בעלגיע, װוּ מיר האָבן טעגלעך געזונגען "די יונגע גװאַרדיִע" אױף די צוקונפֿט לאַגערן. מיט בעסטע װוּנטשן און גרוסן, אײַער 

פֿײגל אינפֿעלד גלעזער.

&&&&&

חשובֿע רעדאקטאָרן

אַ האַרציקן מזל-טוב - װאָסאַראַ פֿאַנטאַסטיש דערגרײַכונג ! מיר װעלן עס תיכף פֿאָרשטעלן אױף Jewish Australia. אָבער נאָך װיכטיקער האָבן מיר געװאָלט אײַך איבערשיקן אַ פּערזענלעכן אָנזאָג, די אַלע אָנטײל נעמער און בפֿרט דער 10-ער קלאַס פֿון ייִדיש בײַם מלך דוד שול אױף שימחות,

 אָראַ און סעם ליפּסקי, מעלבורן

&&&&&&

די צײַטונג איז אײַך געלונגען ! מזל-טובֿ ! רפֿאל, אַ סטודענט פֿון פֿראַנקרײַך.

&&&&&&

חשובֿע רעדאקטאָרן

אַ גרױסער ייִשר-כוח צום נײַעם זשורנאַל! ס'איז װוּנדערלעך שײַן, פֿיל מיט קאָליר (זײער װיכטיק פֿאַר די קינדער!) און אינטערעסאַנט מאַטעריאַל. מיר האָבן דערצײלט די קינדער פֿון "פּריפּעטשיק" װעגן דעם אַז איר הײבט אָן אַזאַ זשורנאַל - האָפֿנטלעך װעלן זײַ עפּעס אָנשרײַבן פֿאַר דעם. אַגבֿ: די קינדער װאָלטן זײער געװאָלט מאַכן דאָס רעטעניש, נאָר די ייִדישע אותיות זענען עפּעס אַרױסגעקומען קאַפּױר - מיט ענגלישע אותיות און פֿאַרשידענע דיִאַקריטישע צײכנס. מע קען דאָס פֿאַרריכטן? אַ דאַנק!

 גיטל שעכטער-װיסװאַנאַט, ניו יאָרק

פֿון דער רעדאַקציִע:- פּראָבירט קװעטשן View; Encoding, Hebrew for Windows

&&&&&&

ס'קומט אַ ייִשר כּוח די יונגע זשורנאַליסטן! 

מאַרק ה דאַװיד, "Yiddish Voice", באָסטאָן

&&&&&&

װידעראַמאָל אַ ייִשר כוח !  

Refoyl Finkel קענטאַקי

 פֿון דער רעדאַקציע:-

טייערע לייענער פון "די יונגע גוואַרדיע".

 ביטע שיקט אונדז אייַערע בריוו און שטייַערט זיך צו מיט אַרטיקלען, לידער, רעטענישן, וויצן, בילדער, א.אַ.וו.  איר קענט שיקן זיי דורך דער בליץ-פּאָסט email אָדער דורך שנעק-פּאָסט snail-mail און מיר וועלן זיי באַטראַכטן צום דריקן.  דער שנעק-פּאָסט אַדרעס איז:-

“Di Yunge Gvardie”

10 Hornby Street

Windsor, Victoria

Australia, 3181

אָדער שיקט אונדז אַ בליץ-בריוו דורך email:

adafner@primus.com.au

 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיִע פֿון סעפּטעמבער 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"