נומער 6 זייט 3 אָקטאָבער 2002 חשון, תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on: View>Encoding>More>Unicode UTF-8<Encoding>Right to Left Document)
|
נאָך אַ יאָר פֿון דאָרע טײַטלבױם
נאָך אַ יאָר - אַ לאַבן ברױט אױף פּענעצער צעשניטן און אױפֿגעגעסן ביזן לעצטן ביס נאָך דעם הונגער נישט געשטילט, דעם אומרו נישט געביטן אױף הױט פֿון צײַט קײַן קנײַטש, קײן ריס *** אַזױ פֿיל יאָרן זענען שױן אין מיר פֿאַרגאַנגען נאָר געװאָרן אַלץ מיט זײ איך בין נישט זאַט סנאָפּעס טעג איך שנײַד, װי דער פּױער רײַפֿע זאַנגען און אױף נײַע כ'װאַרט, װי אױף זון די בלאַט *** אַזױפֿיל װוּנדער אין יעדער רגע װערט געבױרן און צו יעטװעדער פֿון זײ זײַן איך װיל אַן עדות אױף דער באַן פֿון צײַט צום מאָרגן-מענטש כ'װיל פֿאָרן זען די קינדער, די יונגװאַרג און די זײדעס *** אַ קוק טאָן כ'װיל אױף זײ כאָטש פֿון דער װײַט און קענען זאָגן איך זאָל דערבײַ דורכצוגײן די פֿעלדזן און די תּהומען פֿון מײַן צײַט געװען עס איז כּדאַי *** כ'װיל לעבן, לעבן, לעבן אַזױ לאַנג ביז זײַן מיט פֿרײד דאָס האַרץ װעט זאַט און פֿאַלן כ'זאָל אין שענסטן זון-פֿאַרגאַנג װי פֿון אַ בױם אין האַרבסט די בלאַט *** אָ, איר מאָרגנס אױסגעלײטערטע, װען אײַער דור גײן שױן זינגענדיק װעט באַרג אַרױף און טרױמען אונדזערע זײַן װעלן שױן וואָר אונדז בלײַבן איר װעט אַלץ נאָך אַ בעל-חובֿ |
|