"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 16 זײַט 1                           סעפּטעמבער 2003                               אלול תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

מיר װינטשן אַלע לײענער און פֿרײַנד אַ געזונט, פֿרײלעך און פֿרידלעך נײַ יאָר!י

(קװעטשט דאָס בילד)

לשנה טובֿה 

פֿון י גױכבֿערג 

נישט מיט גלעקער, נישט מיט פֿאָנען,י נישט מיט פֿאַרביקע באַלאָנען זענען מיר מקבל-פּנים אונדזער ייִדיש יאָר.י 

הענגט אַ װאָגשאָל פֿאַר די אױגן,י שטײַסטו מיטן קאָפּ געבױגן,י װען דײַן גורל װערט געװױגן-י װיגט זיך אױף אַ האָר.י 

האָסטו װײ געטאָן אַ שכן,י ביסטו אין יענעמס גבול פֿאַרקראָכן, האָסטו הײליק װאָרט געבראָכן-י װײנט אין דיר דײן בלוט.י 

האָסטו פֿון דײן לעצטן ביסן כאָטש אַ ברעקל אָפּגעריסן יענעמס הונגער צו פֿאַרזיסן-י װױל איז דיר און גוט.י 

בלײַבן זאָל קײן שפּור פֿון שׂנאה,י נישט קײן װאָלקן פֿון קײן קנאה, און אין אױג קײן בײזע מינע אױפֿן נײַעם יאָר.י 

פֿרײד און פֿריד אין אַלע שטיבער,י האָסט צעקריגט זיך, בעט זיך איבער.י זאָל פֿאַר אונדז דער יום-טובֿ ליבער שײַנען העל און קלאָר.י

! ברוך-הבא ! שלום עליכם

(קװעטשט דאָס בילד)

זײַט באַגריסט צו דער ערשטער ייִדישער צײַטונג פֿאַר יוגנט אױף דער אינטערנעץ. מיר זײַנען ייִדישע סטודענטן פֿון דוד המלך קאָלעדזש אין מעלבורן אױסטראַליע.  מיר לערנען ייִדיש אין דעם צענטן יאָר פֿון שול און די צײַטונג איז פֿאַר אַלע סטודענטן פֿון מאַמע-לשון, נישט געקוקט װי אַלט איר זאָלט נאָר נישט זײַן. מיר האָפֿן אַז די איניציאַטיװ װעט אײַך געפֿעלן און אַז איר װעט אונדז קאָנטאַקטירן און בײַשטײַערן זיך מיט אַרטיקלען און נײַעס פֿון אײַער ייִשובֿ, װוּ עס זאָל נאָר נישט זײַן !י  

שיקט אונדז אַ בריװ  

adafner@primus.com.au

***

איר האָט מסתּמא געלײענט װאָס מיר האָבן געשריבן װעגן פֿאַרװאָס מיר לערנען ייִדיש, און מיר װאָלטן געװאָלט, אַז איר זאָלט שרײַבן אונדז און זאָגן פֿאַרװאָס איר לערנט שרײַבן אָדער רעדן ייִדיש כּדי מיר זאָלן קענען זען פֿאַרװאָס אַנדערע האָבן ליב ייִדיש. אױב איר װילט װעלן מיר שטעלן אײַער אַרטיקל אין אונדזער קומענדיקער צײַטונג. װען איר שרײַבט, דערצײלט אונדז אױך װאָס איז אײַער געשיכטע און פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.י

רײזעלע זילבערמאַן 

פֿאַר די מײנונגען אױסגעדריקט אין "די יונגע גװאַרדיע" זײַנען פֿאַראַנטפֿאָרטלעך די שרײַבער אַלײן

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"