נומער 16 זײַט 2 סעפּטעמבער 2003 אלול תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
אַ באַזוך אין אַנאַ פֿראַנק'ס הױז פֿון קאַרמען און לאַלה דאַפֿנער אַנאַ פֿראַנק, אַ ייִדיש מײדל פֿון האָלאַנד איז אומגעקומען מיט איר שװעסטער און מוטער אין לאַגער בעתן חורבן. די משפּחה פֿראַנק האָט זיך אױסבאַהאַלטן מיט אַנדערע ייִדן אין אַ הױז אין אַמסטערדאַם װוּ אַנאַ האָט אָנגעשריבן איר באַװוּסטן טאָג בוך. נאָך דער מלחמה האָט איר פֿאָטער אָטאָ געפֿונען אַנאַ'ס טאָג בוך און עס אַרױסגעגעבן װי אַ בוך. דער טאָג בוך פֿון אַנאַ פֿראַנק איז אײַנע פֿון די אַממערסטנס געלײַענטע ביכער אין דער װעלט, און מיליאָנען מענטשן האָבן באַזוכט דאָס הױז װוּ זי און די אַנדערע האָבן זיך אױסבאַהאַלטן. קאַרמען און לאַלה דאַפֿנער האָבן אױך לעצטנס באַזוכט דאָס הױז. אַנאַ פֿראַנק'ס הױז געפֿינט זיך אױף 263 פּרינסענגראַכט גאַס אין אַמסטערדאַם.י מיר האָבן באַזוכט דאָס הױז און מוזעום אין יולי 2003. אַ סך מענטשן פֿון איבער דער װעלט װאָבן געװאַרט אין דרױסן אַרײַנצוגײן. דאָס הױז איז זײער שמאָל און האָט פֿיר שטאָק. מיר זײנען אַרױפֿגעגאַנגען אױף די שמאָלע טרעפּ דורך דאָס קלײַן טירל באַהאַלטן הינטער אַ בוכשאַנק, װעלכע האָט אַרײַנגעפֿירט צום באַהעלטעניש װוּ די פֿראַנק פֿאַמיליע און די אַנדערע האָבן פֿאַרבראַכט מער װי צװײַ יאָר. אַ סך זאַכן אין דער שטוב זענען געבליבן װי מיט זעכציק יאָר צוריק. צום בײַשפּיל די בילדער פֿון די פּילם שטערנס פֿון יענע צײַט װעלכע אַנאַ האָט אױפֿגעקלעפּט אױף דער װאַנט פֿון איר צימער, און די צײַכנס װעלכע האָבן געמאָסטן דעם װוּקס פֿון די קינדער, אַנאַ, מאַרגאָט און פּיטער װאַן פּעלס. לעבן דעם אַנאַ פֿראַנק הױז איז דאָ אַ מוזעום װוּ מען װײַזט דאָקומענטאַרע פֿילמען אױף װעלכע מען זעט אָטאָ פֿראַנק און מיפּ, די פֿרױ װעלכע איז געװען זײער קאָנטאַקט מיט דער דרױסנדיקער װעלט. מען האָט אױך געזען די קאָרעספּאָנדענץ פֿון אָטאָ פֿראַנק װעלכע ער האָט געשריבן נאָך דעם װי ער איז צוריק פֿון אױזשװיץ. מען האָט אױך געזען די ביכער פֿון אַנאַ פֿראַנק'ס טאָג בוך איבערגעזעצט אין פֿיל שפּראַכן. אין דעם מוזעום איז אױך געװען אַן אױסשטעלונג װעגן ראַסיזם איבער דער װעלט הײַנטצוטאָג. דער מוזעום איז געװען זײער מאָדערן, אָבער אַנאַ פֿראַנק'ס הױז איז געװען מער רירנדיק און פֿאַרבלײַבט אינעם זכּרון.י |
|