"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 16 זײַט 5                           סעפּטעמבער 2003                               אלול תשס"ג

(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)

(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)

לשנה טובֿה

(קװעטשט דאָס בילד)

די כעלעמער שומרים 

(קװעטשט דאָס בילד)

עס איז מיט דרײ כעלעמער אַזאַ מעשה געשען: זײ זײנען די שומרים פֿון גאָרטן געװען. איז אײנער געזעסן זיך אונטער אַ בױם, דער צװײַטער איז געשטאַנען און געקײט זיך אַ פֿלױם, דער דריטער איז געשלאָפֿן און געטרױמט זיך אַ טרױם...י איז אײַנמאָל אַן ייִנגל פֿון ערגעץ געקומען, צי רײַסן אין גאָרטן עפּל און בלומען.י 

איז ער אַריבערגעקראָכן איבערן פּלױט, און שרײען גענומען: "אַ מת איז געשטאָרבן אױף טױט !"י -"טױט? געװאַלד!"-שרײען די כעלעמער די דרײ. און אײדער עס איז נאָך אַ רגע פֿאַרבײַ, איז דער ערשטער געגאַנגען געשװינט, דער צװײַטער-געלאָפֿן װי משוגע און בלינד, דער דריטער-געפֿלױגן װי אַ װיכער אַ װינט... און װי נאָר זײ זײַנען פֿון גאָרטן אַװעק, איז דאָס ייִנגל אַרײַן אין גאָרטן אָן שרעק, און געריסן די עפּל און בלומען, איז נאָכדעם, פּאַמעלעך אַהײם זיך געקומען, און דערצײַלט מיט געלעכטער װאָס ס'איז געשען, מיט די כעלעמער װאָס זענען די שומרים געװען. אָט אַזױ איז די מעשה אױף שטענדיק געבליבן, װײל זי איז געװאָרן אױף אײביק פֿאַרשריבן.י

 

זײַט 1:-נײַעס

זײַט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זײַט 4:- שפּילן און רעטענישן

זײַט 5:-װיצן

זײַט 6:-בריװ

זײַט 7:-רעדאַקציע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

אױגוסט 2003

יולי 2003

יוני 2003

מאַי 2003

אַפּריל 2003
פֿעברואַר-מערץ   2003
יאַנואַר 2003
דעצעמבער 2002
נאָװעמבער 2002
אָקטאָבער 2002
סעפּטעמבער 2002
אױגוסט 2002

יולי 2002

יוני 2002

מאַי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"