נומער 16 זײַט 6 סעפּטעמבער 2003 אלול תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
װילט איר װערן אַ פּען-פֿרײַנד? שרײַבט אונדז אַ בליצבריװ מיט אײַער נאָמען און עמײַל אָדער הײם אַדרעס און מיר װעלן עס אַרױפֿזעצן אױף דעם װעב בלאַט און אַפֿשר װעט עמעצער אײַך ענטפֿערן. זאָל זײַן מיט מזל!י *** אַ געזאַנג צו קעמפֿערינס װעלכע פֿאָנען פֿלאַטערן װי אַ ים אַ ברױזנדער?י װעלכע טריט עס הערן זיך פֿון די צענדליק טױזנטער?י עפּעס הער איך זינגענדיק לידער קײן געװײנלעכע,י און װי קומט באַגײַסטערונג אין די טעג די קלײנלעכע?י הײ, דער מאַרש, דער אײדעלער,י איז אַזױ באַדײַטנדיק,י פּונקט בת-מלכּות װען פֿאָרױס פֿאָרט די מלכּה רײַטנדיק!י װעלכע אױגן שטראַלן עס אַזױ לוסטיק, בליקנדיק?י װעלכע שטימען שאַלן עס אַזױ העל אַנטציקנדיק?י קענט איר אונדז'רע שװעסטערס נישט?י די אין שעפּער טרױערן?י איצט אין קאַמף מאַרשירן זײ צו די פֿרײַהײטס-טױערן.י נעמט מיך, פֿרײַנדינס, מיט מיט אײַך,י כ'בין אַ ברודער אײַערער,י אונטער פֿרײַהײטס-פֿאָן זײַט איר שענער נאָך און טײַערער!י זײַט געזונט, קראַיִג אַבערנעטי צום אַלעם ערשטן, לידער |
|