נומער 16 זײַט 3 סעפּטעמבער 2003 אלול תשס"ג
(Best Viewed on Unicode UTF-8, Right to Left)
(For IE/Netscape Browsers click on:View>Encoding>More>Unicode UTF-8<View>Encoding>Right-To-Left-Document)
|
איך גײ דורכן פֿײַער װערטער און מוזיק פֿון דזשאָש װעדאָן ייִדישע װערטער פֿון פֿײגי זילבערמאַן באַפֿי: איך האַלט דאָס פֿײַער, נאָר מיר איז מאָדנע קאַלט. איך זע דאָס פֿײַער, עס ברענט שװאַרץ. איך פֿיל גאָרנישט, דאָס פֿײַער אַרט מיך נישט. איך װיל דאָס פֿײַער צוריק. פֿון מיטן רױך, שרײַט צו מיר, צו גײן אין מיטן פֿון די פֿלאַמען דאָ.י צו זײַן אַ העלד, אָדער זיך באַהאַלטן אין פֿעלד. עס איז מיר אַלץ אײנס און איך גײ דורכן פֿײַער, װײַל דאָס איז װאָס איך דאַרף טאָן, איך װעל גײן דורכן פֿײַער, און לאָז עס...י ספּײַק: מײַן האַרץ גײט אױס נאָך איר,י און זי לאַכט האַ-האַ-האַ-האַ זאָל זי נאָר שטאַרבן, מיט איר רױטן בלוט, נאָר איך דאַרף זי העלפֿן. װײַל זי װעט גײן דורך דעם פֿײַער. און די װעלט װעט ניט װיסן דערפֿון,י און זי װעט גײן דורך דעם פֿײַער, און לאָז עס...י גילעס: איז דאָס פֿאַר דער װעלט, די בעסטע? װעט זי העלפֿן אירע שװעסטער?י װעט זי עמעצן העלפֿן די נאַכט?י קסאַנדער: און װאָס איז אױב זי קען נישט געװינען?י אַניאַ: מיר דאַרפֿן באַפֿי איצט געפֿינען, אָדער מיר בײדע קענען טאָן גאָר נישט איצט.י אַלע: מיר װעלן זי העלפֿן, דאָס איז אַלץ װאָס מיר װײסן, און מיר װעלן גײן דורכן פֿײַער.י באַפֿי: אײנס נאָך אײנס באַהאַלט מען זיך.י זײ קענען נישט בלײַבן דאָ, איך װײס פֿאַרװאָס איך היט, קײנער װײס ניט, און קײנער טאָר נישט װיסן.י אַניאַ: איר האַרץ איס שװאַרץ װי האָלץ ספּײַק: עס װעט זי האַרגענען, איך װעל זי היטן טאַראַ: אַלץ װערט שלעכט, איך קען עס זען.י ספּײַק: נײן, איך װעל זי היטן, און דאַן װעט זי שטאַרבן װילאָ: אפֿשר קען מען זי גאָר נישט העלפֿן?י גילעס: װאָס נאָך דאַרף מען טאָן אַז זי זאָל פֿאַרשטײן?.י באַפֿי: דעם לעצטן טאָג, װעל איך שױן דערענדיקן.י אַלע: און מיר װעלן אַלע גײן דורכן פֿײַער קײנער גײט ניט צוריק און מיר װעלן גײן דורכן פֿײַער און לאָז עס ברענען, לאָז עס ברענען, לאָז עס ברענען, לאָז עס ברענען!י |
די לעצטע באַפֿי פּראָגראַם פֿון פֿײגי זילבערמאַן דעם 12טן אױגוסט האָבן אױסטראַליִער געזען די לעצטע פּראָגראַם אין דער באַפֿי די װעמפּיר אומברענגערין סעריע. עס איז געװען אַ זײער גוטער עפּיזאָד געשריבן און רעזשיסירט פֿון דזשאָש װעדאָן װעלכער האָט אױסגעטראַכט די אידעע פֿון באַפֿי. עס איז אונדז געװאָרן זײער אומעטיק אױף דער נשמה װען מיר האָבן געזען באַפֿי, קסאַנדער, גילעס, אויִלאָ, אַניאַ, און דאָון צום לעצטן מאָל. מיר װעלן נאָך זען ספּײַק אין דעם קומענדיקן סעזאָן פֿון באַפֿיס שװעסטער פּראָגראַם אַנדזשעל/מלאך. שרה, מישעל געלער האָט געזאָגט אַז זי װעט שױן קײן מאָל מער נישט שפּילן עפּעס װאָס האָט צו טאָן מיט באַפֿי אין דער צוקונפֿט, אָבער די אַנדערע אַקטיאָרן װעלן אפֿשר אַרױסטרעטן אין גאַסט ראָלן אױף דעם אַנדזשעל/מלאך סעריע.י לאָז מיך שלאָפֿן איצט װערטער און מוזיק פֿון דזאָש װעדאָן ייִדישע װערטער פֿון פֿײגי זילבערמאַן איך בין געשטאָרבן מיט פֿיל יאָר צוריק. דו װײסט אַז מען קען דערפֿאַר זיך פֿילן נידעריק. אָבער פֿאַר װאָס קומסטו דאָ, איך מײן: איך קען דײַנע שטיק. מממם...יי דו האָסט מורא פֿאַר אַלץ װאָס דיר פֿעלט, און דו קענסט ניט רעדן מיט זײ, דו װײסט זײ זײַנען קאַלט. רעדן מיט אַ טױטן מאַן, נײַן, נישט אין דײַן װעלט.י נו גוט, אָבער איך שפּיל זיך ניט אַזױ װײַל מײַן ליבע פֿאַר דיר, זי אַרט מיך, איך קען נאָר זאָגן אױ. איך בין נאָר טױט פֿאַר דיר, איך זאָג גײ אַװעק אַזױ. און לאָז מיך שלאָפֿן איצט...י לאָז מיך שלאָפֿן איצט, לאָז מיך רוען גלײַך לאָז מיך נעמען מײַן ליבע פֿאַר דיר און װאַרפֿן עס אױף אײַך. איך קען ליגן אױף מײַן בעט, אָבער איך קען ניט רוען מער נו, לאָז מיך שלאָפֿן איצט.י דו װײַסט, איך בין דײַן שקלאַף, און דו קענסט נאָך טראַכטן װי אַזױ דו קענסט מיך נוצן ביז דעם טאָג, הער װאָס איך זאָג, פֿון הינטער דער טיר און פֿאַרמאַך. און לאָז מיך שלאָפֿן איצט.י איך זע אַז עס איז הײס. איך גײ אױס נאָך דיר,פֿאַרװאָס קען איך נישט פֿאַרשטײַן, עס איז צײַט פֿאַר מיר פֿון דיר זיך שײדן, און עס אַרט מיך אױ, װי איך לײַד. װען מײַן האַרץ קען רעדן, רעדט עס נאָר פֿון פּײַן, איך קען זען אַז דו ביסט רײן, נו לאָז מיך אָפּ, לאָז מיך שלאָפֿן איצט, לאָז מיך רוען גלײַך.י לאָז מיך נעמען מײַן ליבע פֿאַר דיר און װאַרפֿן זי אױף אײַך. איך קען ליגן אױף מײַן בעט, אָבער איך קען ניט רוען מער. נו, לאָז מיך שלאָפֿן איצט. פֿאַר װאָס װעסטו נישט לאָזן מיך שלאָפֿן איצט?י
|
|