"די יונגע גװאַרדיע"

 נומער 5 זייט 2                         סעפּטעמבער 2002                         תּשרי, תשס"ג

דעמאָקראַטיִע אין די ביבלישע צײַטן

דבורה זילבערמאן

 די פּרשה מסעיִ איז װעגן דעמאָקראַטיִע בײַ די ייִדן אין די ביבלישע צײַטן. אַלע שבטים האָבן גלײַכע לאַנד רעכט, אַפֿילו די לװים, װאָס האָבן נישט קײַן אײַיגענע שטעט װאַו זײ זאָלן קענען דינען גאָט. צװישן די שטעט זײַנען אױך געװען זעקס שטעט װאַו פֿאַרברעכערס װעמענס פֿאַרברעכן איז ניט געװען אַ בכיװנדיקער זאָלן קענען אויִסלעבן זייִערע יאָרן בשלום. די שטעט זײַנען װיכטיק װײַל דאָס גיט ניט בכיװנדיקער פֿאַרברעכערס אַ צװיִיִטע שאַנס אין לעבן. װאָס איז דער אונטערשײד צװישן אַ פֿאַרברעכער און אַ ניט בכיװנדיקער פֿאַרברעכער? אַ ניט בכיװנדיקער פֿאַרברעכער דערהרגעט עמיצן ניט װילנדיק און נישט טראַכטנדיק. דער אונטערשיִיִד איז אויִך גאַנץ װיכטיק אין דעם הײַנטיקן איורעספּרודענץ, כאָטש דאָס װאָרט בכיװן װערט אָפֿט מאָל אומיושרדיק אויִסגענוצט. דאָס לעבן פֿון די אַמאָליקע נישט-װילנדיקע פֿאַרברעכערס אין די ספּעציִעלע שטעט איז געװען נאָרמאַל, מיט קי און שעפּסן און אַלערליִיִ חיות צום עסן. עס האָט זיך געלעבט גוט אין די שטעטלעך, װי פֿרײַע מענטשן מיט אַ צװיִיִטן שאַנס פֿון לעבן. די דעמאָקראַטישקײט פֿון דעם צװיִיִטן שאַנס גילט נאָך הײַנט אין אונדזער דור. ביזן הײַנטיקן טאָג קומט דעם ניט בכיװנדיקן פֿאַרברעכער אַ צװיִיִטער שאַנס, און דאָס װערט אָפּגעשפּיגלט אין דעם מאָדערנעם איורעספּרודענץ.י 

 

 

דאָיִקײט אין די ביבלישע צײַטן

רײַזעלע זילבערמאן

 אין דער פּרשה מטות איז דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע װאָס ייִדן הײַבן אָן צו טראַכטן װעגן דאָיִקײט, אַז ניט אַלע ייִדן מוזן לעבן אין ארץ ישראַל כּדי צו זײַן גוטע ייִדן. די שבטים גד און ראַובן און אַ האַלבער שבט מנשה האָבן באַשלאָסן אַז זײַ װילן בלײַבן אױפֿן מזרח ברעג פֿון טײך יורדן. משה רבנו האָט געמײַנט אַז אַלע ייִדן דאַרפֿן לעבן אױפֿן מרב ברעג.דער אױסגלײַך צװישן די צװײַ מײַנונגען איז געװען אַז אַ ייִד מעג לעבן װוּ ער װיל, אָבער אַז יעדער ייִד דאַרף העלפֿן די שבטים װאָס װילן זיך יאָ באַזעצן אױפֿן מרב ברעג.נאָך שבת ציון זײַנען מערסטע ייִדן געבליבן אין בבל, פּונקט װי מערסטע ייִדן הײַנט לעבן אױסער מדינות ישראַל.די בבלישע ייִדן האָבן געהאָלפֿן די ייִדן פֿון אַרץ ישראַל פּונקט װי אַ סך ייִדן העלפֿן מדינות ישראַל הײַנט. די בבלישע ייִדן האָבן געשאַפֿן דעם תּלמוד בבלי און די ייִדן פֿון אַרץ ישראַל האָבן געשאַפֿן דעם תּלמוד ירושלמי. ביזן הײַנטיקן טאָג באַנוצן זיך רבנים מער מיטן תּלמוד בבלי װי מיטן ירושלמי. אַלע ייִדן דאַרפֿן העלפֿן אײַנער דעם צװײַטן, װוּ זײַ זאָלן נישט װױנען. דאָס איז געװען אמת אין מידבר און עס גילט נאָך הײַנט. איך האַלט אַז דאָס לעבן װאָלט געװען זײַער נודנע װען אַלע ייִדן אָדער אַלע מענטשן זאָלן האָבן די זעלבע מײַנונגען. װאָס װאָלט געשען מיטן ייִדישן פֿאָלק װען אַלע ייִדן האָבן אײַן מײַנונג און פֿון דער מײַנונג זאָל זיך אױסלאָזן אַ בױדעם? פֿון װאַנען װעט מען נעמען פֿרישע מײַנונגען כּדי אָנצוגײַן מיטן ייִדישן לעבן? די צונױפֿשטעלערס פֿון דעם תּלמוד האָבן אונדז געלערנט, פּונקט װי עס לערנט אונדז מײַן פּרשה, די װיכטיקײט פֿון האָבן דרך-אַרץ פֿאַר אַ צװײַטנס מײַנונגען בײַ ייִדן װײַל זײַ האָבן אַרײַנגענומען די .מינדערהײטס מײַנונגען אין דעם תּלמוד 

זייט 1:- נייעס

זייט 2:-אַרטיקלען

זייט 3:-לידער

זייט 4:- שפּילן און רעטענישן

זייט 5:-װיצן

זייט 6:-בריװ

זייט 7:-רעדאַקציִע

זײַט 8:- פֿאַרבינדונגען

די יונגע גװאַרדיע פֿון אױגוסט 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יולי 2002

די יונגע גװאַרדיע פֿון יוני 2002

די יונגע גװאַרדיע" פֿון מאי 2002

 װעלט נײַעס "פֿאָרװערטס"

ייִדיש ראַדיאָ"SBS"